תג מ8מ1.ן חאפו1ומתמ1נצ 41,ד1611ם 6תע2עמ8מ/2ע21עפ אע צע1פ
7 +ס זאו
{1צ8ם1אט-1צ10
4960/ 0ז16סתס
צצפצט,ז4,ע 48 זא /1נ1 08 1,261 01:) טמ אעשידג, 111 מופ!נפמסזצ
2
אה דאוםי) 8668 ופוטסנ1צ, זא א116,/וו
פ5דזדעפטע1,8559861א , 51 111 ג,
אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע
60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413
)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ
עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ
;צם פעפונצסעע ,לע
4 1 01960ט) .ם 1006 1
1 1זט06ץט) 106 67 4716/ /ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 8160 208 06 +ז6ט10 1ס1011110011 16/3008 151911160118 0561 .כן /161
1010111115/6 800 614 5001 101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא ז6116) 000 310615/1 8 1101
{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 .151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8
1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז -1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס -- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 .18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן
ש לום אַשׁ
געזאמלטע שריפטן
ניינצנטער בּאַנד
וו
פאַרלאַג ,קוּלטוֹר-ליגע' וואַרשע
ש ל ו ם אַ ש
טויט:אורטייל
3
פאַרלאַג קוּלטוּר-ליגע' וואַרשע
צוּלִיבּ דער איינהייטלעכקייט פון דצר אױסגאַבע | געדרוקט לויט דער אַלטער אָרטאָגראַפיע
געדרוקט אין 1000 עקזעמפּלאַרן
8זס/-שס11 ,2500 חזס!סה5 צט װעססס
אם,5281/1 -- 252 א/ק95201 7 528684זהעו "168 |-אטד.86, .טציש 8 .זו! 0611628חז2 "הא4080, אטזם
1
דעם זומער האָט מיסעס סטאָון נישט פאַרבּראַכט אין איהף אייגעגער זוּמער:װאָהנונג, װאָס זי האָט געהאַט ביים בּרעג ים, נאָ: הענט צוּ ניוײאָרק, נאָר זי איז אַװעקגעפאָהרען מיט איהר טאָכטער אין קאָנעקטיקוּט:סטייט, אייניגע שטוּנדען רייזע פון שטאָדט. צוּי ליעבּ דעם האָט איהר מאַן, דער װײס:פּרעזידענט פוּן דער ,קאָי מערץ:בּאַנק", נישט געקענט פאַרבּרענגען טעגליך מיט זיין פאַמיליע, װי ער פלעגט עס טאָן יעדען זוּמער. נוּר ער האָט זי בּאַוּכט בּלויז אויף די ענדע פוּן יעדער װאָך, װאָס איז זעהר צוּגעפּאַסט געווען צוּ דעם שטילען, סעפּאַרירטען לעבּען, װאָס מאַן אוּן װײב האָבּען געפיהרט די לעצטע ציט, זייט אָבּער מיסטער סטאָון איז געװאָהר געװאָרען, אַז קראָז, זיין װייבּ'ס פריינד, האָט זיך געדונגען אַ װאָלנונג נאָהענט צוּם טייך, בּיי וועלכען זיין װײיבּ האָט |איהר זוּמער:היים, אוּן זיי שיפען זיך יעדען פאַרנאַכט אויף זיין ,קאַנו":שיפעל, האָט ער אינגאַנצען אוים: געהערט אַרױסצוּקוּמען צוּ זיין פאַמיליע. שוין פיער װאָכען װי ער האָט זיי נישט בּאַזוּכט, אויף דעם אַכטען אױגוסט אָבּער האָט ער זיך געקליבּען צוּ פאָהרען אַהין. דעם אכטען אױגוסט איז זיין טאָב: טער'ס געבּורטסטאָג. דעם טאָג פלעגט די פּאַמיליע סטאָוּן פייערען יעהרליך מיט גרויס פּאָמפּע. אוּן עס איז שין געװאָרען אַ פאַ: מיליעןטראַדיציע, אַז אויף דעם אַכטען אױגוּסט, צוּ זיין טאָכטערים געבּוּרטסטאָג, זאָלען זיך צוּזאַמענקוּמען אַלע זייערע פריינד אוּן פייי
6 טויט : אורטײ?.
ערען דעם ,יום:טוב פוּן זוּנען:שיין" (אַזױ האָבּען זי גערוּפען דאָס קינד). נישט אַרױסצוּפאָהרען אויף דעם אַכטען אױגוסט, װאָלט גע הייסען: אַן עפענטליכער בּרוּך מיט זיין פאַמיליע. אוּן {דאָס האָט מיסטער סטאָוּן, צוּליעבּ געוויסע טעמים, געװאָלט אויסמיידען,
דער איינציגער צוּג, װאָס ער האָט געקענט נעהמען אַרױס. צוּקוּמען צוּ דער צייט נאָך ,סטעטען האָט", נאָך דעם אָרט, װא זיין פרוי האָט געװאָהנט, איז געװען דער נאָכמיטאָגדיגער, װאָס פאַרלאָזט גרענד סענטראַל סטיישאָן" פּונקט פיער אַזײגער. אוּן כאָטש מיסטער סטאָון האָט שוין געמאַכט אַלע פאַרבּערײטוּנגען צוּ דער רייזע אוּן אָפּגעפערטיגט אַלע זיינע ענינים אין דער בּאַנק איידער ער איז אַװעק מיטאָג עסען, דאָך איז ער נאָבץ ,לאָנטש* צוּריקגעקוּמען אין בּאַנק, געאַרבּײט בּיז צוּ דער לעצטער מינוט, װען עס איז שוין צייט געװען צוּ געהן צוּ דער בּאהן. צי די גע שעפנען זיינען געװען אַזעלכע וויכטיגע, װאָס מיסטער סטאָון האָט זי נישט געקענט פארלאָזען, צי ער האָט עפעס אַנדערש אין די געדאַנקען געהאַט -- װער קען װיסען? טיעף:פאַרזוּנקען איבּער זיינע פּאַפּירען אויף זיין בּרייטען מאַכאַן:-טיש, איז געזעסען דער װייס. פּרעזידענט פוּן דער ,קאָמערץ:בּאַנק". די פענסטער פוּן דעם גרויסען, אין .קווין ענן"-סטיל געהאַלטענעם צימער זיינען אַרױסגעגאַנגען אויף איינער פוּן די רוישענדסטע אוּן בּאַלעבּטסטע גאַסען פוּן דער װעלט. דאָך איז אין שטוּבּ אַזױ שטיל געװען, אַז מען האָט געִי הערט דאָס רעגעלמעסיגע, ערנסטע אָטעמען פוּן דעם גרויסען ענג. לישען זייגער, װאָס אין געשטאַנען בּיי דער װאַנד. דאָס גאַנצצ בּיוראָ אוּן אַלע זיינע אָפּטײלונגען האָבּען געװאוסט, אַז היינט איז דער אַכטער אױגוּסט, דער געבּורטסטאָג פוּן שעפ'ס טאָכטער, אוּן דער שעף בּאַדאַרף פאַרלאָזען זיין בּיוּראָ, צוּ נעהמען דעם פיער. נאָכמיטאָג:צוּג נאָך פסטעטען האָט'. דער זייגער האָט שוין אוס. געקלונגען דריי:פערטעל:פיער, אוּן אַלע האָבּען איינגעזעהן, אַז דער שעף פאַרשפּעטיגט דעם צוּג. דאָך האָט קיינער נישט געװאַגט צו צוּגעהן דערמאָהנען איהם. אַפילוּ די נאָהענטסטע מיטאַרבּייטער זיינע, זיינע צוויי אַסיסטענטען, װעלכע זיינען געװען די איינציגע מיט איהּם אין דעם גרויסען. צימער, האָבּען דאָס אויך נישט געװאַגט,
, שלום אַש ||
דער איינציגער, װעלכער האָט עס יאָ געסון, איז געװען דער אֵל.. טער בּאַנק-דינער. ער איז צוּגעגאַנגען זאַכט, זיינע טריט זיינען איינגעזונקען געװאָרען אין דעם װייכען פּערסישען דיװאַן, און אויסדרעסירט װי אַ הוּנד פוּן אַ גוּטער ראַסע, האָט ער געואָגט אין דער שטיל צו זיין בּאַלעבּאָס: == מיסטער /סטאָון, דזשאָהן מיינט, אַז עס איז די העכסטע צייט,
-- דזשאָהן האָט רעכט!-- האָט זיך מיסטער סטאָון אויפגע, כאַפּט פון זיין שטוהל און פלינק צוּגעקלאַפּט די אױבּערקלאפע איבּער זיין טיש. דער דינער האָט איהם דערלאַנגט דעם ראָק און דעם הוּט, אוּן ער איז אַרױס פאַר דער טיר, װאוּ דער נעגער האָט שוין געװאַרט אויף איהם אוּנגעדולדיג אין זיין בעקװעמען אָטאָ. מאָבּיל,
--- מיט פוּלער פּאַרע, עס איז דער אַכטער אױגוּסט, איך טאָר נישט פאַרשפּעטיגען,
-- רעכט, בּאָס -- האָט דער נעגער אַרױסגעשטאַרטשעט זיינע ווייסע ציין,
-- און װי מיינסטוּ, אַ בּיסעל שאַקאָלאַד װעל איך נאָך קע? נען מיטנעהמען פאַר מיין פּאַמיליע? די שפּילװאַרג זיינען שין פאָראױסגעגאַנגען, |
-- מיר'ן פּרובּירען. אַ שלעכטער געדראַנג אויף די גאַסען,
-- מיר האָבּען נאָך צוועלף מינוט אוּן אַכטצעהן סעקונדען,
-- רעכט. -- אוּן דער נעגער האָט געלאָזט אין גאַנג די שווערע רייכע מאַשין,
בּיי דער דריי אוּן צוואנציגסטער סטריט האָט מיסטער סטאָון געהייסען אָפּשטעלען דעם אָטאָמאָבּיל פאַר אַ שאַקאָלאַדן-געװעלב,
-- שׂעף, איך מיין -- האָט דער נעגער געװאַגט עמּעס צוּ זאָגען
מיסטער סטאָון האָט איהם אַנגעקוּקט, אוּן דער נעגער איז שטיל געגליבען,
מיסטער סטאָון איז אַריין אין געװעלבּ אוּן פּאַרזאָמט זיך אַ
8 טויט . אוּרטײ5 ווײלע, דורך דער צייט האָט דער נעגער געקראָגען קאַלטע אַנגסטען אַרױסגעשלאָגען אויף זיין גלאַנציגען שטערען. | = בּיז דער פערציגסטער סטריט איז ער װייטער געפאָהרען אָהן
שטערוּנגען, די פּאַליסמ נער האָבּען דוּרכגעלאָזען די אין-משוּגעת: יאָגענדע מאַשין. נאָר בּיי דער פערציגסטער סטריט, שוין גאָר נאָהענט פוּן דער סטאַציע, האָט זיך אוּמגעריכט אַרײנגעשניטען זי אין װעג אַ פראַכט:אָטאָמאָבּיל אין דער בּרייט, אוּן פאַרשטעלט זי דעם דוּרכפאָהר, | -- פאַרשאָלטען ! -- האָט דער נעגער געקריצט מיט די ציין; צוּריקגעקערעװעט דעם אָטאַמאָבּיל, אַרױס פוּן דער פערציגסטער סטריט אוּן געלאָזט זיך צוּם ,סענטראַל" דוּרך דער איין אוּן פער* ציגסטער סטריט, דאָס האָט איהם געקאָסט אַן איבּעריגע מינוּט צייט, אוּן די מינוּט האָט אויסגעפעהלט. װען מר. סטאָון איז צוּ געלאָפּען צוּ די טרעפּ, װאָס פיהרען אַראָפּ צוּ דער בּאֵהן, האָט ער שוין געפינען דאָס אייזערנע טירעל פאַרשלאָסען אוּן דער היטער האָט איהם צוּריקגעהאַלטען,
-- איך בּאַדױער, צוּ-שפּעט. דער צוּג האָט געריהרט פוּן דער סטאַציע,
דער נעקסטער צוּג נאָך ,סטעטען:האָט* איז אָפּגעגאַנגען זיבּען מיט פופציג מינוּט אין אָבענד,
-- פאַרשאָלטען ! -- האָט מיסטער סטאָון געקריצט מיט די ציין צוּם שאָפער -- אַז איך װאָלט געפאָהרען מיט דער אוּנטער: ערדישער בּאהן, װאָלט איך עס געמאַכט.
-- נישט מיין שוּלד. דער פאַרשאַלטענער װאָגען.
מיסטער סטאָון האָט אָפּגעשיקט זיין מאַשין צוּריק אין גאַראַזש, אַלײן איז ער אַװעק נאָכ'ץ טרעגער, װאָס האָט געסראָגען זיין רייזע:טאַש, אין אַ נאַהענטען האָטעל, װאָס איז געװען געגענאיבּער דער סטאַציע, אָנקלינגען קיין ,סטעטעןהאָט", אָנזאָגען, אַז מען זאָל איהם צוּשיקען צוּ דער סטאַציע דער פרוי'ס אָטאָמאָבּיל, אֲפּי צונעהמען איהם, װען ער װעט אָנקוּמען שפּעט אין דער נאכט.
װאַרטענדיג אין דעם בּאַקװעמען, װייכען שטוּל בּיים טעלע: פאָן אין דער האַלע פוּן האָטעל, האָט ער געטראַכט װעגען דעם,
ש לום אט 9
025 יי
וט
צי דאָס, װאָס ער האָט פאַרשפּעטי גט די בּאַהן, איז נישט געװען מיט אַ כּונה פוּן זיין זייט : ,איך האָבּ דאָך געקענט אַרױספאָהרען מיט אַ פערטעל שעה פריהער -- פאַר װאָס האָבּ איך געװאַרט בּיז דער לעצטער מינוּט?" -- אוּן דאַן איז װידער געקומען דער געדאַנק !וּ איהם, װאָס האָט איהם געפּײניגט פאַר די לעצטע פּאָר טעג : אױבּ ער זאָל אין גאַנצען אַרױספאָהרען קין ,סטעטען:האָט". ,איך ווייס דאָך, אַז ער איז דאָרט, אַז עס איז געװוען אַן אָפּגעמאַכטע זאַך צװוישען זיי בּיידען". ,סטעטען:האָט", ווייט פון דער שטאָט--זיי שיפען זיך יעצט אין זיין ,קאַנוּ"-שיפעל איבּערץ טייך, אוּן מאָרגען װעט זי עס אויך טאָן אין זיין געגענ: װאַרט. ,איך קען דאָך סילוויעץ, איך װײיס דאָך, אַז זי װעט זיך פאַר גאָרנישט אָפּשטעלען -- נישט פאַר מיר אוּן נישט פאַר פרעמדע מענשען. צוּ װאָס טראָגען דעם סקאַנדאַל אין גאַס אַרױס ?ָ"
ער האָט זיך דערשראָקען פאַר דעם װאָרט. אַלעס יאָ, נוּר גישט דאָס. ער האָט זיך דערמאָנט, אַז דאָס, װאָס ער פאַרטראָגט דאָס אַלעס אוּן פאַרשװײגט, איז עס דערפאַר, װײל ער װיל אױס: מיידען אַ סקאַנדאַל, די פּרעסע, די עפענטליכקייט, דער גט-פּראָצעס, דאָס נעהמען די שוּלד אױף זיך, װאָס איהם װעט אױסקוּמען צוּ טאָן, אַז עס װעט קוּמען דערצוּ -- ניין, נאָך נישט יעצט. מען בּאַי דאַרן אָפּװאַרטען בּיז דער גרויסער פּלאַן װעט זיך איינגעבּען. אוּן דאַן האָט ער זיך דערמאַנט אָן דעם גרויסען פּראָיעקט, װאָס איז געווען די אַמבּיציע פוּן זיין לעבּען : די פאַראײיניגונג פוּן דער .קאָמערץ-בּאַנק" מיט דער ,נאַציאָנאַל:באַנק" מיט בּ, א. סטאָון אַלס פּרעזידענט, אוּן די פאַרשידענע קאָמבּינאַציעס, װאָס זענען געווען צוּזאַמענגעבּוּנדען מיט דעם פּראַיעקט, צוּ איבּער:אַרגאַניזירען די ס. בּ. אַ., אַרײנקריגען אין די הענד די בּאהן-ליניע, װאָס פיהרט צוּ ס. בּ. א. ,ניין, נאך צוּ פריה, מיין פויגעל. לאָז מיך גוּר דאָס אַלעס האָבּען טיעף אין מיין האַנד, װעל איך דאַמאָלסט רעדען מיט דיר. ניין, גלייכער נישט צוּ פאָהרען. צוּ װאָט קריכען דעם טייװעל אין די אויגען אַרײן! אוּן װער קען זאָגען, אַז איך װעל זיך קענען האַלטען אין די הענד, װען עס זיך עפּעס װאַרפען אין די אוגען, װען זי װעלען זיך נישט היטען? סילװיע אי דאָך
10 טויט : אוּרטײל
פאַר'שכּור'ט, אוּן זי װעט זיך פאַר קיין זאַך נישט אָפּשטעלען, און קראָז יל פּראָװאָצירען אַ סקאַנדאַל, אַז נישט װאָלט ער דאָך עס נישט געמאַכט אַזױ עפענטליך, ביין, מיין אינסטינקט האָט רעכט. -- נישט פאָהרען,. מיין אינסטינקט האָט מיך קײנמאָל נישט אִפּי גענאַרט, דערפאַר בּין איך נעזעסען בּיים שרייבּ:טיש אוּן אָפּגעי געבּען זיך מיט דעם נאַרישען פּראָיעקט װעגען פינאַנסירען די בּאֵהן:ליניע פוּן סילװערטאוּן, כאָטש דער פּראָיעקט איז נישט ווערט קיין צוויי סענט. גיין, דאָס בּין איך געזעסען בּיים שרייבּ:טיש און געזעהן װי די ווייזערס רוּקען זיך איבּער'ן ציפּערבּלאַט, װייל איך האָבּ נישט געװאָלט פאָהרען, אוּן נוּר פאַר די אָנגעשטעלטע האָבֿ איך אַרױסגעװיזען, אַז איך אייל זיך אַזױ אין װעג אַרײן,"
אָבּער גערטרוד 4 |
צוּם ערשטען מאָל אין איהם זיין טאָכטער געקוּמען אויפן זינען. ער האָט דערזעהן זיין צוועלף:יעהריג איינציג קינד, מיט די געקרייזעלטע בּלאָנדע לאָקען, װעלכע פאַלען אַראָפּ איבּער איהר. גרינעם האַלז, װי זי שטעהט די גאַנצע צייט אויף דער שװעל פוּן. דער װעראַנדע און קוּקט אַרױס אויפץ װעג, אױבּ ,דעדיי קוּמט אָן. ער האָט בּאַשײנפּערליך געזעהן דאָס ליעבּע קינדישע געזיכט, װאָס איז איהם געווען אַזוֹי אייגען, אַרױסשײנען פוּן צווישען איהרע לאָקען, אַז ער האָט געװאָלט אויפהויבּען די האַנד אוּן איהר אַ גלעט טאָן איבּער'ן קאָפּ,
אוּן איך האָבּ דאָך איהר צוּגעזאָגט אויך דס לעצטע מאָל, ווען איך בּין דאָרט געווען, אַז אויף איהר געבּוּרטס:טאָג קוּם איך געװויס אַרױס אוּן בּרענג מיט דעם גרויסען בּער, װאָס פאָהרט אין אַן אָטאָמאָבּיל, דעם בּער מוּז זי שוין דאָרט געװויס האָבּען. איך קען מיר פּאָרשטעלען די איבּערראַשוּנג. זי זיצט אודאי אויף איהם אוּן װאַרט אויף מיר, ניין, מען בּאַדאַרף יאָ פאָהרען, צוּליעבּ דעם קינד'ס וועגען, זי איז אַ זיס קליין מיידעל,*
,אוּן דאָס אַליין, װאָס איך װעל נישט קוּמען, װעט זאָך זין דער אָנהױיבּ פוּן סקאַנדאַל ; ,סטאַין איז נישט. געװען אין דער היים דעם אַכטען אױגוּסט' -- װעט מען זיך סוד'ען צווישען בּאַקאַנטעי ,װייסטוּ פּאַר װאָס ? ווייל קראָז איז דאָרט געווען"...
שלום אש 11
ער איז בּלייך געװאָרען בּיי דעם נאַמען און אוּנװיסענדיג האָט ער זיין פויסט געבּיילט,,. ניין, זיין דערבּיי, צוזעהן דאָס אַלעס, אוּן נישט קענען אָננעהמען אָט דעם שט... בּיים האַלז אוּן געבּען איהם אַ ,פּאָנטש? צווישען די אויגען אוּן מיט'ן פוּס אַרױס: שטויסען דוּרך דער טהיר -- -- אוּן אפשר נאָך געבּען איהם די האַנד אוּן שמייכלען צוּזאַמען אוּן זיצען צוּזאַמען אין אָבענד בּיים קאַמיין אין דעם עזיץ:צימער" אוּן רויכערען צוּזאַמען אַ עפּיים".... ניין, דאָס איז צופיעל פאַר מיר,
;אָבּער נישט פאַהרען, איז אויך גישט גוּט" -- האַט זיין. סוחרישער געדאַנק בּאַהערשט זיין טעמפּעראַמענט -- ;די בּעסטע זאַך איז אָפּװאַרטען, הערען װאָס סילוויע װעט זאָגען, װי זי װעט זיך האַלטען דוּרכ'ן טעלעפאָן. איך װעל איהר קודם כֹּל זאָגען, אַז איך קוּם נישט. דאַן װעל איך הערען װאָס זי װעט ענטפערען, לויט איהר האַלטונג װעל איך בּאַשטימען װאָס צוּ טאָן"
געקומען צוּ אַ בּאַשלוס, איז ער רוהיג געװאָרען. אַװי איז געװען לויט זיין סותרישען גייסט אוּן געװאוינהייט. אַ בּאַשלוס האָט אַלע קשיות פאַרענטפערט. ער האָט פרייער אָפּגעאָטעמט אוּן אָנגעהױבּען זיך אַרוּמקוקען. זיידען = בּאַזאַקטע, געטאַקטע פיס האָבּען זיך געדרעהט פֿאַר זיינע אויגען אויף די װײיכע פּערסישע דיװאַנען. דער אָנגענעהמער רש פוּן זיידענס, צואַמען מיט'. געשמאַקען ריח פון פאַרשידענע פּערטוּמען זיינען אַריינגעדרונגען אין זיין געהירן אַריין, אַ ווייטער דזשאַזיבּאַנד האָט זיך געהערט פון אַן אָפּגעלעגענעם זאַל. ;דאָרט טאַנצט מען" -- האָט ער זיך געטראַכט, אוּן ער האָט זיך געװאונדערט װאָס ער האָט בּיז איצט די מוויק נישט געהערט; נישט געזעהן די בּאַזײדענטע געטאַקטע פיס אוּן נישט געשפירט די פּאַרפומען פוּן די דורכּגעהענדיגע פרויען,
בּאַלד האָט ער דערהערט זיין נאָמען אויסרופן. ער האָט א וואונק געטאָן צוּם האַטעל:אינגעל און דער אינגעל האט איה צוגעפֿיתרט צום טעלעפאַן;אַפּאַראַט, ואוו אויף דער צווייטער זיינ טאלעפאן שנור האָט געװאַרט אויף איהם זיין פרוי,
;העלא, סילוויע, דאָס איו מאַקט, זיי מוחל, איך האָבּ דיך.
12 טויט . או'רטײפ9
בּעאוּנרוּהיגט, /-- שאַרשפּעטיגט די בּאַהן. געהאַט פיעל צוּ טהאָן אין בּאַנק בּיז צוּ דער לעצטער מינוּט. אַלץ דער פּראָיעקט פון דער סילװערטאוּן, כ'ווייס גאָרנישט, אױיבּ כ'װעל קענען אַרױסקוּמען, . זי ערװאַרטען אַן אַנטװאָרט בּיז מאָרגען. אוּן די זאַך איז זעהף ערגסט אין איילענד.
-- אַך, װי אַ שאָז, גערטרוּד װעט זיין זעהר ענטטוישט --. האָט ער דערהערט דער װייבּ'ס גלייכגילטיגע שטימע.
--- נוּר גערטרוּד אַלײן}! -- האָט מיסטער סטאָון געפרעגט.
-- אוּן מערי אויך, זי האָט זיך זעהר געמיהט בּיים ,גע= בּוּרטס:קוכן" -- האָט ער דערהערט דער װייבּ'ס לאַכענדיגע שטימע.
-- אוּן דאָס איז אַלעס?
-- אָה, מאַקס, דוּ װערסט סענטימענטאַל -- עס איז נישט דיין געוואוינהייט -- בּיזטוּ קראַנק? אָדער דוּ האָסט עפּעס איפץ געוויסען? |
--. נישט איינס פוּן די בּיידע. עס איז נאָר די עלטער, -- האָט סטאָוּן געענטפערט אוּן געװאוסט, אַז ער זאָגט אַ נאַרישקײט.
-- נישט גוּט, מיה דיך זיך צוּ האַלטען יונג, מאַקס. אַזול װי איך טהו, אָבּער װאַרט, מאַקס, גערטרוּד װיל רעדען מיט דיר, זי שטעהט בּיים טעלעפצְן.
אין אַ וילע אַרום האָט ער דערהערט אַ שװאַכע קינדערשע שטימע דוּרכ'ן טעלעפאָן, װאָס האָט גערעדט צוּ איהם אוּנפער. שטענדליכע װערטער, אונכּעהאַלפען, אוּן װי עס האָט זיך איהם געדאַכט, בּעטענדיג זיך בּיי איהם מיט טרערען.
-. דעדי --- קוּם -- װאַרטען -- מאַמאַ,. מערי... געבּוּרטס: טאָג:קוּכן, קוּם... ער האָט געהערט נאָר איינצעלנע אָבּגעריסענע. ווערטער.
אַ רחמנות האָט איהם אַרוּמגענוּמען איבּער זיין קינד. ער האָט אין דער שװאַכער, הילפלאָזער שטימע דערהערט די גאַנצע צוּגעבּוּנדענקייט פוּן קינד צוּ איהם. זיין אייגענס. אוּן איהם האָט זיך געדאַכט, אַז ער הערט טרערען אין קינדיס שטימע. דאָס רחמנותּ.
שלום אש 13
7 54 א דיא גאיטאדאט.
האָט איהם ווייכער געמאַכט, אוּן אויף אַ מינוּט געמאַכט איהם פאַר, געסען אָן זיין שטאָלץ,
-- אָ, האָניק מיינער, מיין האַרץ, גיבּ דער מאַמען דעם טעלעפאָן, איך װויל זיך דוּרכרעדען מיט דער מאַמען,
,װאָס געהען זיי מיך אָף" האָט ער זיך אין דער מינוּט געטראַכט, , איך קוּם צוּם קינד". , ער איז אין דער מינוּט גרייט געװען אַלעס צוּ פערגעסען אוּן אַרױסקוּמען.
נאָר כּלוצים האָט איהם איהר קול בּעגאָסען מיט קאַלט װאַסער,
-- יעסו -- האָט ער דערהערט זיין וייבּ'ס קאַלטע שטימע,
אין דעם װאָרט ,יעס" האָט ער דערזעהן איהר גאַנצע אוּנגעדולדיגקייט. זי האָט מורא, אַז ער זאָל נישט אַרױסקוּמען אוּן שטערען איהר אין איהרע נאַכטליכע ,ראַנדעװאוּס* מיט קראָי'ן אין שיפעל איבּער'ן טייך. ער האָט דערפיהלט דעם טיעפען אָב, גרוּנד, װאָס איז אױסגעגראָבּען צווישען איהם מיט זיין װײבּ. אוּן מיט אַמאָל האָט זיך דערװעקט אין איהם דער שטאָלץ, װאָס הצט אַלע אַנדערע געפיהלען בּעהערשט,
-- איך בּעדױיער, איך קען דאָס יאָהר נישט קוּמען אױף דעם אַכטען אױגוּסט,
-- איך בּעדויער אויך, -- האָט דאָס װײבּ אָבּגעענטפערט
קורץ. קיז -- זאָג גערטרוּד, אַז איך שיק איהר אַרױס מעהר שפּיעס. װאַרג, אוּן שטערט אייך נישט צוּליעבּ מיר. אַ ריכטיגען, פרעהליכען :געבּורטסטאָג, אַ גיטע נאַכט,
|-- אַ גיטע נאכט, מאַקס,
אוּן ער האָט אױפגעהאָנגען דעם רעהר פוּן טעלעפאָן
אַז ער איז אַרױס פוּן טעלעפּאָן:ביירעל, האָט ער זײך געי פיהלט װי ער װאָלט געשטאַנען אַ גאַקעטער אײגער אַליין אין מיטען דער גאַס.
-- װאָס װייטער? --- האָט ער זיך אַליין געפרעגט,
בער אטענטאססעקוהעננאאוונעט
2
אַהיים געהן צוּ זיך אין זיין װאָהנונג, האָט זיך איהם נישט געגלוּסט, ער האָט נישט געקענט זיין איצט מיט זיך אַלײן, אוּן ער האָט טאַקע נישט געװאָלט, אַז די דינערשאַפט זאָל װיסען, אַז צֶר איז נישט אַרױסגעפאָהרען אויפן אַכטען אױגוּסט צוּ דער פּאַמיליע, ער איז צוּגעגאַנגען צוּם האָטעל ,קלאָון" אוּן געהייסען זיין ריזעיטאַש ארויפשיקען אין אַ נוּמער אַרײן. דער האָטעלאָני געשטעלטער האָט איהם דערלאַנגט דאָס מעלדוּנגסיבּוּך, אֵינצוּ שרייבּען זיין נאָמען. אַז מר, סטאָון האָט גענוּמען די פעדער אין האַנד אַרײן צוּ פּאַרשרײבען זיין נאָמען, האָט ער אַ סעקונדע זיך אָפּגעשטעלט, עפּעס פוּן פאָרזיכטיגקייטס-װעגען, װי עס האָט זיך איהם אויסגע דאַכט, האָט ער פאַרשריבּען אַ פרעמדען נאָמען, װאָס איהם איו געקוּמען אין זינען אַרײן; | ראָבּערט פאָרס. | | דער האַטעל.אָנגעשטעלטער, װעלכער האָט איהם געקענט, האָט געשמייכעלט בּיים דורכלעזען דעם נאָמען אוּן זיך אָנגערוּפען: -- יעס, מיסטער פאָרס, גוּמער 340 -- שלאָפּצימער מיט װאָהנוּנגסצימער. װילט איהר אַרופגעהן צוּ זיך אין נוּמערז -- ניין. | -- איך דאַנק אייך, מיסטער פּאָרס --- האָט דער אָנגעשטעלטער גאָך אַ מאָל אוּנטערגעשטראָכען דעם אױסגעטראַכטען נאָמען, װי עס האָט זיך מר, סטאָון'ען אויסגעוויזען, מיט אַ שמייכעלי (44)
ש 5 ו ם א שׁ | 15
מר. סטאָון האָט נישט געאַכטעט דערויף. ער האָט דערהערט דאָס שפיעלען פוּן דער דזשאַדזימוּזיק, אוּן נישט האָבּענדיג עפּעס בּעסערעס צו טאָן, איז ער אַרײן אין טאַנץ:זאַל פוּן ,פייף אַקלאָק", | עס איז געװען הױכער וזוּמער:סעזאָן. אין ניװײאָרק איז קיינער נישט געװען. אין די האָטעלען -- בּלױן פרעמדע, װאָס זענען געקוּמען פוּן די װייטע פראָווינצען פוּן אמעריקא אַמוּזירען זיך אויף בּראָדװײי". דער גרויסער טאַנץ:זאַל איז פוּל געווען מיט דעם סאָרט געסט. פיעלע רייזענדע, פּראַװינציאַנעלע טוּריסטען, קליינשטעדטעלדיגע ,דענדיס", ועלכע זענען געקוּמען ,שטוּרמען"* בּראָדװײ, אוּן אַ געװיסער סאָרט פרויען אוּן מײידלעך, װעלכע דרעהען זיך אַרוּם אַזעלכע גענט. צווישען די געמישטע געסט האָט זיך פּערבּלאָנדזשעט אַ ק יינשטעטעלדיגער אַדװאָקאַט אָדער אַן אויפנע. קומענער אַלרײטניק* פוּן אקלאַהאָמאַיסטײט, װאָס האָט געבּראַכט צוּפיהרען זיין פעט, שװער װײיבּ מיט אױסגעשטאַנענע טעכטער קיין גיוײאָרק, צװוישען דעם עולם איז געוען פיעל יוגענד, אוּן פיעלע פיעלע מיידלעך, נאַקעטע הענד, נאַקעטע האַלז;און:נאַקענס, מיט צירוּנג בּאַהאַנגענע אױערען. אֵם מייסטען האָבּען זיך געװאָרפען אין די אױיגען די לאַנגע, געטאָקטע זײידעןבאַזאָקטע פיס, װאָס האָבּען זיך אַרױסגעװינען פוּן די קורצע אוּן ענגע קלײדער פוּן איבּער די קניה, | מיסטער סטאָון האָט זיך פערקליבּען אין אַ װינקעל, געָ. זעצט זיך אין אַ טיפען, מיט איירישע לייווענט בּאַקלײדטען פאָטער: שטיל, אוּן אַרײנשטעקענדיג דעם קעלנער צויי דאָלאַר אין האַנד אַרײן, זאָגט ער:
-- פּרײינד, איך שטאַרבּ פאַר אַ טרוּנק .שוארץ און װייס" מיט אַ ביסעל סאָדע.
אין אַ פּאָר מינוּט אַרוּם האָט איהם דער קעלנער דערלאַנגט װאָס ער האָט געװאָלט, אין אַ קאַפּעיטעצעל. אַז סטאָון האָט עס אויסגעטרונקען, האָט ער זיך געפיהלט פרישער אוּן אױמגעָי מוּנטערט, - = די מוּזיק האָט געשפּיעלט אוּן די פּאָרלעך האָבּען געטאַנצט, מר, סטאָון האָט זיך צוּגעקוקט צוּ די בּאַװעגוּנגען פון די יוּנגץ
6 טויט. אוּרטײל
מיידלעך, וװעלכע האַבּען זיך עלאַסטיש נאָכגעגעבּען אוּנטער די אַקראָבּאַטישע בּאַװעגוּנגען פוּן זייערע פיהרער. אוּן װען בּיי זייערע פיהרער (מעהרסטענס אױסגעבּלײיכטע, קרענקליכע יונגע לײט) קוּמען אַרױס די בּאַװעגוּנגען בּלאַזירט, אָן חשק, געקינצעלטע אַקראָבּאַטיק, קוּמט עס בּיי די פרישע, אױיפגעבּרויזטע מידלעך אַרױס מיט ערנסטער אוּן איבּערגעבּענער תּאוה, מיט װילען אוּן חשק, מר, סטאוּן זאָגט זיך אָפּ פון געדאַנק, װאָס ער האָט פאַר אַ מינוּט געהאַט, אױסצוּטרינקען דעם מווהיסקי:סאָדע" אוּן אַרויפגעהן צוּ זיך אין די צימעוען: ער װיל נישט איצט זיין אַלײן. דאָ איז איהם גוּט. קיינער קען איהם נישט, קיינער װעט איהם נישט דער: קענען -- לויטער פרעמדע.
ער הייסט זיך דערלאַנגען נאָך אַ ,ווהיסקי:סאָדע", אוּן קוּקט זיך צוּ מיט מעהר חשק צוּ די טענץ. װי אַן אַלטער פיינשמעקער בּאַטראַכט ער די מיידלעך, טהוּט זיי אויס יעדע בּאַזוּנדער בּיי זיך אין געדאַנק אוּן פּרוּאװט זיך זיי פאָרשטעלען אין געוויסע פּאָזעסײ+ עס איז אַ גוּטער צײט:פאַרטרײבּ אוּן פאַריאָגט אַלע טררעריגע געדאַנקעןי
לאַנגזאַם רויכערט ער זיין פּאַפּיראָס אוּן הילט זיך איין אין רויך, אוּן פוּן צווישען דינעם וייסען רויך קוּקט ער אויפן זאֵל, װאָס שטעהט אין אַ זוּמער-שפּרענקעלדיגען גאָלדענעם פּאַנטאַסי טישען שטויבּ, - װאָס פינקעלט זיך ארויס פוּן די הויכע װייך:געלבּע פאָרהאַנג:בּאַהאַנגענע פענסטער. דאָס ליכט שפּיגעלט זיך אָפּ אין די קריסטאָלעגע. הענגלייכטער אוּן אין דִי מאַרמאָר . גלאַנציגע. ווענד אוּן פאַרװעבּט זיך אין אַ לייכטענדיגען װאָלקען:שטױבּ. אוּן אין דעם װאָלקען פּלאַטערען אַהין אוּן צוּריק נאַקעכע הענד, קאַקעטע היפטען:ליניען, בּאַ חנ'טע פרויען-פיגוּרען, רױט:אָנגעשמירטע ליפּען, | אונטערגעפאַרבּטע אויגען אוּן אַס מעהרסטען הויכע, געטאָקטע פיס...
פיגוּרען קוּמען אוּן געהען. פערפוּמען געהען אױף און װוערען אױסגעלאָטען אוּן סטאָון זיצט אינ'ם רויך:װאָלקען פוּן זיין סיגאַרעט, איין פוּס פאַרֹל גט אויפן אַנדערען, קלערט װעגען ,סטעטען האָט", װעגען זיין פרוי. ער דערמאָנט זיך זיין פרוי'ס פִּיגוּר, דִי שטאַרקע, ווייסע בּרוּסט, די גאָלד.בּלאָנדע האָר, װאָס
ש לום אַשׂ 17 װאַקסען אויף איהר שטאַרקען נאַקען. איצט מו זי זיין אָפֹּגע בּרענט פוּן דער זוּן -- זי האָט זיך שטענדיג ליעב אָפּצופלאַקערען אויף דער זוּן, צוּ בּריהען זיך אין הייסען זאַמד. איהר גאַנצער לייבּ װערט הייס פוּן דער זוּן, איהר קערפּער בּאַהאַלט אין זיך די װאַרימקײט פוּן די זונען:שטראַלען בּיז אין טיפען װינטער אַרײן, ער דערמאַנט זיך אָן די אַמאָליגע צייטען.. אין די פאַרגאַמ: טען קיהלט זי זיך אָפּ אין טייך. ער זעחט זי, װי זי ליגט אַן אויסגעצויגענע אין קואָז'ס שיפעל. קראָז זיצט אין אַ װוינקעל אוּן בּאַטראַכט זי.,,. זיי זענען צוגעפאַָהרען צוּ די װאַסער:ליליען בּיים ברעג טייך, פאַרשטעלט זיך אין די קשאַקעס. קראָז בּאטראכז זי, בּאַקוּקט זי, אוּן זי לאָזט זיך בּאַטראַכטען. זי האָט עס ליטבֿ, זי ענטפּלעקט זיך פאַר איהם, זי טהוט עס בּאַוואוּסטזיניג, כֹּדי איהם צוּ רייצען, װאָס האָט זי פוּן איהם? ער איז דאָך אַ שװאַכער, אַ דאַרער, מיט פאַרגלײזטע אױיגען, נאַר שטאַרקע פרױיען האָבּען ליעבּ, אַז פאַר'חלש'טע מענער זאָלען קוקען אױיף זײ. ער איז בּלייך געװאָרען בּיים געדאנק, פּאַרמאַכט די אױגען. ער װיל פאַריאָגען דעם פּיינליכען געדאַנק, נאָר דער געדאַנק פּייניגט איהם אוּן טהוט איהם הנאה. ער האָט ליעבּ צוּ טראַכטען דעם געדאַנק. אוּן ער האָט פֿאַרמאַכט די אויגען אוּן ער האָט געפּרוּאװט זיך אײינלעבּען אין דעם בּילד, װאָס ער האָט זיך אַלײין געמאָהלען פאַר זיינע אויגען...
עס איז איהם הייס געװאָרען פוּן די ווהיסקי" אוּן פוּן די געדאַנקען, װאָס ער האָט געטראַכט. זיין ליב איז בּאַקלעפּט גע: װאָרען מיט הייסע אַנגסטען. גוּר געפיהלט האָט ער זיך מונטער, אויפגערוּדערט, פּוּל מיט ענערגיע אוּן איז גרייט געװען אױף טהאַטען...
אין דעם האָט ער דערפיהלט אַ שטארקען געשמאַק פוּן גוּט בּעקאַנטן פּערפוּם, װאָס האָט איהם געגעבּען אַ שלאָג אױיף אין פּנים אַרײן אוּן פאַרכאַפּט זיין אָטעם. ער האָט אויפגעטפע:ט זיינע אויגען. אַ שטאַרקע, הויכע פרוי איז פאַרבּײגעגאַנגען הארט לעבּען איהם אוּן איבּערגעלאָזט דעם פּערפום-געשמאַק הינטער זיך,
עס איז נישט געװען זיין װייב'ס פּערפום. זיין װײב'ס פּערי
18 טויט:אוּרטײל
פוּם איז געװען דער פּראַנצױזישער ,קעלקע:פלער", װאָס יעדץ בּאַלעבּאטישע פרוי בּאַנוּצט. דאָס אָבּער איז געװען אַ זיסער אוּן ראַפינירטער פּערפום. געשמעקט עפּעס מיט האָניג אוּן מיט איין. געריבּענעם בּורשטין, װי אָנגעבּרענט אַ בּיסעל. ער האָט דעם געש: מאַק גאַנץ גוּט געקענט, זיך אָבּער ניט געקענט דערמאָנען דוּרך וועמען אוּן בּיי ועמען. |
,ועמעגס פּערפום איז דאָס!* ער האָט געפּרוּאװט זיך דער. מאַנען פאַרשידענע פרויען:קערפּערס, וועלכע ער האָט געקענט, מיט / וועלכע ער איז געווען אינטים, נוּר קיינער פוּן די קערפּערס האָט נישט אַרױסגערוּפען די אילוויע פוּן האָניג. אוּן דאָך האָט ער דעם געשמאַק אַזױ גוּט געקענט אוּן דוקא אין צוזאַמענהאַנג מיטאַ. פרויען:קערפּער,
די מוּזיק האָט איצט געשטיעלט אַ פּאָפּולערען ,פאקס טראט", װאָס איז געװען אויף אַלעמענס ליפּען דעמאָלסט פוּן איין עץ / אַמעריקא צוּם אַנדערען. דער ,פאקס טראט" האָט איהם דערמאָנט אָן ,בּלויען פויגעל", זיין לעצטע געליבּטע, מיט װעלכער ער פלעגט אָפּט טאַנצען אין די געהיימע ,ראַנדעװאוּען", בּיי איהר אין װאָה: נוּנג, אין בּאַגלייטונג פון אַ גראַמאפאָן. ער האָט געקלערט װעגען דעם, אפשר איז עס ניט געװען ריכטיג װאָס ער האָט אַזױ לייכט.. זיניג אויפגעגעבּען דעם ;כּלױען פויגעל', פאַר א מענטשען אין זיינע יאָהרען, בּיי דער שטעלונג, װאָס ער פאַרנעהמט אי דער געזעלשאַפט, בּיי דער פולער בּאַשעפּטיגוּנג, װאָס ער האָט -- איז ניט אַזױ לייכט צוּ שליסען נײע בּאַקאַנטשאַפטען, צוּ פאַר. טרויען זיך אַ נייעם מענשען אוּן איינצושאַפען זיך אַ נייע מעט. רעסע. ער איז שין געקוּמען אין דער עלטער, װאָס נישט יעד פרוי איז איהם געפעלען. ער האָט געמוזט װערען צוּגעואוינט צף / אַפרוי, און ער האָט שױן מעהר נישט געקענט שפּיעלען דעם ,קאַװאַליער?, און טאַקע צוּליבּ דעם האָט ער דאָך איבּערגעריסען די בּאַציהוּנגען מיט'ן ,בּלויען פויגעל", בי
דער ,בּלויער פויגעל" איז געווען אַ יונגע, בּלאַנדע מײירעל, - אַ כאָריסטקעי מיט וועלכער ער האָט זיך בּאַקענט. אין אַ געזעלשאַפט " פון פריינד, זי איז. דעמאָלט געווען נאָך אַ נאַאיווע פּראָװוינציעלע מיי.
ע לום אש 15
),52
דעֵל, נישט לאַנג אין שטאָדט -- האָט ער איהר געדונגען אַ װאָהי נונג, אויסגעקליידעט זי אוּן אויסגעהאַלטען. אָבּער בּאַלד האָט ער זיך איבּערצייגט, אַז זי איז נישט פאַר איהם. ערשטענס, איז זי געווען צוּ יוּנג פאַר איהם, וועניג ערפאַהרען אוּן האָט געמאַכט ,,מיידעלשע* שטיק : אָפּגערופען איהם אין די אַרבּײיטס:שטונדען אין זיין בּיורא, געקומען אַמאָל אֲפִילוּ אַלײן אין זיין בּיוֹרא צוּ איהם, ער האָט פורא געהאַט, אַז זי זאָל נישט װערען געפעהרליך. אויך פיויש איז זי איהם נישט איבּעריגם געפעלען: טאַקע געהאַט נאָך אַ יונגען, פרישען קערפּער, ור צו:קינדיש אוּן מיידעלש. צוּ לאַנג געװען צוּ װאַרטען בּיז זי װעט אַ פרוי ווערען... האָט ער בּאַשטימט זי אַװעקצו: שיקען. אוּןד איינער פוּן די פיעלע פאַרטרויאונגס:מענער, װאָס האָבּען אֵיהם עהרליך געדיענט, האָט די זאַך שוין אַזױ אײינגעאָרדענט, אַוֹ. פֿאַר אַ פאַרהעלטעניסמעסיג:קליינע סומע געלט (יעדענטאַלס, פאַר אַ פיעל קלענערע, װי ער חאָט זיך געריכט) איז ער פוּן איהר פּטוּר געװאָרען, מיט אַ גאַראַנטיע, אַז ער װעט פוּן איהר מעהר קײנמאָל גישט הערען.
אָבּע- קיין אַנדער פרוי האָט ער אַזױ לייכט נישט געפונען. נישט עס האָט זיך איהם געמאַכט אוּן נישט ער האָט זיך געקענט אַזױ לייכט צובּינדען. איצטי דערמאַנענדיג זיך אָן דעם ,בּלויען פויגעל", גיט ער אַ טראַכט, אזן אפשר איז עס געװען צוּ פרית,. װאָס ער האָט זי אַװעקגעשיקט : װעניגסטענס מיט'ן ,בּלויען פויגץלי איז ער פיעל רוהיגער געועןיי
אוּן ווידער גיבּען איהם אַ שלאָג אין פּנים אַרײן די פּעף. פומען פוּן האָניג:געשמאַק. פאַר איהם שפּאַצירט ווידערי פאַרבּײ די . פרוי אין ווייסען קלייר, מיט אַ קאָקעטישען, פּראָװינציאַנעלען גאַנג, - חן'ענדיג מיט איהרע טריט. זי זעצט זיך אַװעק בּיי אַ טישל, נישט ווייט פוּן איהם, אין אַ געזעלשאַפּט פוּן אַן אַלטען מאַן, וועלכער האָט . געװאַרט אויף איתר,
ער האָט שוין מעהר קיין אויגֿ נישט אַראָפּגענומען פון איהל-
זי איז געװען אַ פרוי נישט מעהר קײן יּנגע. פון איהר פּנים האָט מען נישט געקענט אָנזעהן װי אַלט זי איז, װײל זי איז געווען אויפפאַלענד געפּודערט, געשמינקט אוּן געפאַױבּט. יעדענפאַלס,
20 טויט : אוּרטײל
אין איהר פוּלער פיגוֹר האָט מען אָנגעזעהן, אַז זי איז אַ פרױי אין פולער רייפקייט. אַ װײבּ פוּן דעם מאַן האָט זי נישט געקענט זיין : פאַר אַ ווייבּ איז זי געװען צופיעל אויפפאַלענד אוּן צוּ יוּנג פּאַר איהם. אָבּער אַלס ,לייכטע? פּרױ האָט מען זי אויך נישט גע. קענט אַננעהמען: פאַר אַ קאַקאָטקע איז זי געגאַנגען אָנגעטאָן צוּ בּאַלעבּאַטיש, צוּ איינפאַך אוּן צוּ פּראַװינציאָנעל. איהר ווייס בּאַטיסטען קלייד איז געווען אויפגענייט גאָרגישט מאַדיש, נאָר װי פאַר אַ קליינשטעטעלדיגע נגידיתטע. אין די ברייטע, זאָרגפעלטיג האַנד. געמאַכטע שפּיצען, מיט װעלכע איהר דעקאַלטע איז געװען פערי דעקט, האָט מען אָנגעועהן די גוּטע בּאַלעבּאַטישקײט, אוּן דאָס זעלבּע אין איהר אַלט:מאָדישען, בּרייטען, זיידען:שפּיציגען שאַרף, מיט וועלכען זי האָט פאַרדעקט איהרע פולע נאַקעטע הענד, איהרע געדיכט-בּלאַנדע צעפּ:האָר זיינען געװען פאַרלעגט אין אַ בּרייטען קויליטש, נישט פוּן הינטען, נוּר איבּער דער גאַנצער בּרייט פוּן איהר קאָפּ, אוּן פון איהר גלאַטיגען שייטעל האָבּען זיך בּיי די פאות' אַרױסגעריסען קליינע, געקרייזעלטע לאַקען, װאָס האָבּען פאַרדעקט איהרע אויערען. די פּראָװינציעלע פריזור האָט נאָך מּעהר פאַרשטאַרקט דעם אינדרוק, װאָס סטאָין האָט פוּן איהר געהאַט פוּזן דעם ערשטען אױגענבּליק, אַז זי איז אַ קליי:שטצטעלדיגע שעהנהייט, װאָס האָט ,דוּרכגעברענט" מיט אַ פרעמדען נאַני פּאַרשױן אוּן איז געקימען צוּפאַהרען אין דער גרויסער שטאָדט כּדי א ;לעב צוּ טאָן אויף בּראָדװײ, כאָטש אין דעם אַלטע גוּטמוטיגען מאַן, װאָס איז געזעסען לעבּען איהר, האָט מען בּשום אופן נישט געקענט אַנזעהן, אַז ער זאָל דאָס זיין דער העלד פון דעם קליינשטעדטעלרדיגען סקאַנדאַל,
סטאָונ'ען האָט די פרוי זעהר אינטריגירט און ער איז געוען זעהר נייגעריג צוּ וויסען, װער זי איז, אוּן װאָס איז דאָס פאַר אַ פּאָר אזעלכע, דער קעלנער, װעלכען ער הוט געפרעגט אויסקונפט, האָט איהם נישט געקענט פיעל זאָגען; ער זעהט זי אױך צוּם ערשטען מאָל, ,אויבּ זיי שטעהען דאָ אין דעם האַטעל!" -- װייסט ער נישט. צוּם פרישטיק קוּמען זיי נישט אַרוּנטער.
בּאַלד האָט זיך געמאַכט אַ געלעגענהײט, אַז ער זאָל ויף
- שלום אֲשׂ .-. 21 א יי ==
בּעקענען מיט דער פרוי אַזױ אונערװאַרטעט אוּן עפּעס אויף אַזאַ מאָדנעם אופן, אַז סטאָון איז געבּליבען אין גרויסער פערלעגעני הייט. די געלעגענהייט דערצוּ האָט געגעבּען נישט קיין אַנדערער, נאָר דער אַלּטער מאַן אַלײן, איהר פאָטער, װי זי האָט איהם דער* נאָך גערומען,
דער אַלטיטשקער איז געװען אין אַ פרעהליכער שטימונגי אויסטריגקענדיג אַ פּאָר גלעזער פווהיסקי" אין געהיים -- האָט ער אַנגעהױיבּען אױפּצוּטאָדערען די טאָכטער צוּם טאַנץ. ער האָט הויך געזידעלט די גייע מאָדעס אוּן די גייע טענץ אוּן געזאָגט, אַז האָפי קען קען ער בּעסער נאָך װי אַלע יונגע, אוּן ער װעט זײ װײוען די גיו:אַרקער ;דענדיס", װי אַזױ מען טאַנצט אין דעם ,דרום", די טאָכטער איז רוט געװאָרען (מיסטער סטאָון האָט גאַנץ גוּס בּעמערקט, װי זי רויטעלט זיך אוּנטער דעם פּוּדער אוּן געפּרואוט בּערוהיגען דעם אַלטען מיט די אויגען אוּן מיט די זשעסטען). דער אַלְטער אָבּער האָט זיך נישט געװאָלט בּערוהיגען, אױפגעהויבּען זיך און געצויגען צוּם טאַנץ. זי, זעהט זיך אויס, מעהר אויסצו? מיידען מענשליכע. אױפמערקזאַמקײט, האָט זיך אָנגעהױבּען צי דרעהען מיט'ן אַלטען איבּער דעם גרויסען זאַל, שטערענדיג דערבי די אַנדערע טענצערס, מענשען האָבּען אָנגעהױען צוּ קוקען אויף זיי. דאָס װייבּעל האָט זיך גערויטעלט. ענדליך האָט זיך דער אֵל. טער בּערוהיגט און איז צוריקגעגאַנגען מיט איהר צוּם טישעל, געײ װידעלט דערביי די פערפלוכטע מאָרנע טענץ. געזעהען אָבער װי מיסטער סטאָון קוּקט אויף זי -- האָט ער זיך געװענדעט צוּ איהם, דירעקט מיט אַ פּשוטיער דאָרפישער אָפענהערציגקייט:
-- דוּ װאָלסט עס געוויס בּעטער געמאַכט,
-- און דוּ האָסט אויך גישט שלעכט געמאַכט -- האָט איהם סטאָון קוּראַזש געגעבּען.
-- די פיס דיענען נאָך, נוּר די מוּזיק איז שלעכט. צוּ אַלט זיך אױסצוּלערנען גייע טענץ,
פון דעם האָט זיך ענטוויקעלט אַ געשפּרעך איער די טישלעךי
-- קיין מאָל נישט שפּעט עפּעס װאָס צוּ לערגען.
23 טויט:אורטײל
-- פּרוּאוו דוּ צוּ טאַנצען מיט איהר. לאָז מיך זעהן, װי דוּ װעסט עס מאַכען -- װענדטט ער זיך צוּ סטאָון'ען.
-- דעדי, װי קענסטוּ דאָס } -- רויטעלט זיך די פרוי,
-- פאַר װאָס נישט ? פּרוּאוו דוּ צוּ טאַנצען מיט איהר.---געהט, קינדערלעך, ==-- דעדי?! |
-- אַז די דאַמע װעט ערלויבּען -- שטעלט זיך סטאָון אױיף אוּן געהט אַריבּער צוּ זייער טישעל,
די פרוי האָט לייכט אַװעקגעלײגט איהר האַנד אויף סטאָון'ס אַקסעל אוּן דאָס פּאָר האָכּען זיך אַרײנגעלאָזט אין װירבּעל פוּן די פּאָרלעך. | | טאַנצענדיג מיט איהר, האָט סטאָון איינגעזאַפּט אין זיך דעם געשמאַק פוּן האָגיג, װאָס האָט געשלאָגען פוּן איהר קערפּער צו זאַמען מיט דעם פרישען אָטהעם. ערשט יעצט האָט ער דערפילט, װאָס דער האָניג:געשמאַק איז. עס איז נישט געווען בּלויז אַן אויסער, ליכער פּערפוּם. דער האָניג:געשמאַק האָט זיך געטראָגען פוּן איהר קערפער. פּוּן איהרע פולע גאָלדענע האָר. דלר האַניגיגעשמאַק װאָס האָט זיך געטראָגען פוּן איהר, איז געװען דער ריח פון קינדישע נאַקעטע לײבּער, אוּן סטאָון האָט אויפגעעפענט זיין אָטהעם אײינצוּטרינקען אין זיך דעם געזוּנדען, ערפרישענדען געשמאַק, טיט זיין פוּלען מויל,
3
-- אַ טייערער אַלטער, איער פאָטער, -- האָט סטאָן געזאָגט, | זִי האָט האַלבּ פאַרגפייזט די אויגען אוּן פוּן אוּנטער איהר בּרעם האָט זי געגעבּען אַ שמייכעל צוּ איהםי
-- װער, מיין דעדי?
-- יעס, אייער דעדי
סטאָוּן האָט נישט געװאוּסט, װאָס זי װיל מיט דעם שמייכעל זאָגען, אוב דער אַלטער איז יאָ איהר פאָטער אָדער גישט.
-- פוּן װאַנען קוּמט איהר?
--- פוּן לעקסיגגטאָן, קענטאָקיי
-- איהר װעט דאָ לאַנג פאַרבּלײבּען?
-- איך װאַלט װעלען פאַרבּלייבען דאַ דאָס גאַנצע לעבּען.
סטאָון האָט זיך נישט געװאָלט אַרײגלאָזען מיט איהר אין אַ געשפּרעך, כאָטש װי עס האָט אויסגעזעהן, איז זי װיליג געװעןי ס'האָט זיך איהם געדאַכט, אַז עס אי געזונטער אַזױ: מען װײסט ישט מיט װעמען מען האָט צוּ טהאָן -- האָט ער פאַרשװיגען דעם ! רעשט טאַנץ, בּיז ער האָט זי צוּגעפיהרט צוּם טיש, צוּם אַלטען, גאָכ'ן טאַנצען בּעדאַנקט אוּן געװאָלט צוריקגעהן צוּ זיין טישעל.
דער אַלטער אָבּער האָט איהם אָפּגעחאַלטען בי זיער האַנט:
-- איך דאַנק דיר. ליב מיט אוּנז דאָ. װאָס װעסטוּ דאָרט זיצען אַלֵיין, -- מיר זיינען פוּן קענטאָקי, פוּן גוּט אַלט:קענטאָק , רעאָלער סטאק", ווינצלער. פוּן די װינצלער בּראַדער'ס, -- די
443(
| 24 טויט . אוּר טל
יי 2
גרעסטע מיהל אין קענטאָקי. קענסט אַ קינד פרעגען אין גאַנץ קענטאָקי, אוּן ער װעט דיר אָנװייזען אויף די בּראָדערס וינצלער, די גרויסע מיהל אין לעקסינגטאָן. רעאַלער סטאָק -- אוּן דו -- אויך אַ פרעמדער?
-- גיין, אַ היגער, פוּן די בּענקיקרייזן, האַנדעלס:בּאַנק,
-- געהערט, געהערט, האַנדעלסיבּאַנק, מיר האָבּען צוּ טהאָן מיט סיטיבּאַנק. סיטיבּאַנק, איז אוּנזער בּאַנק. יעס, געהערט, נאַציאָנאַל:באַנק, זעץ דיך מיט אוּנז,
-- איך דאַנק אייך. איך דענק, אַז איך זאָל אייך בעסער נישט שטערען, |
-- גיין, ניין, דוּ שטערסט אונז נישט. בּלייבּ מיט אונו, -- האָטס דער אַלטער נישט אַרױסגעלאָזט זיין האַנט פוּן זיינער -- װאָס װעסטוּ דאָרטען זיצען אַלײן} -- געקוּמען זיך אַ בּיסעל אַטּוּ. זירען נאָך ניוּייאָרק. איך האָבּ איהר צוּגעזאָגט לעאָנאָרא'ן, (ווייזט אויף דער פּרוי) אוּן די בּרידער װינצלער האַלטען װאָרט. האָט זי אָבּער נישט מיט װעמען צוּ טאַנצע, איך בּין צו אַלְט פאַר דעם,
דער אַלטער האָט נישט אַרױסגעלאָזט סטאָוּ'ס האַנט פוּן זיינער אוּן גערעדט מיט אַ פּשוט'ער אָפּענער שפּראַך. סטאָון האָט נישט געװאוּסט װאָס צוּ טהאָן. איבּעריגענס, האָט ער זיך געטראַכט זי זעהן ביידע גאָר נישט אויס אַזװױי שלעכט, אוּן דער עיקר איז געווען דער האָניג:געשמאַק, װאָס האָט זיך געהערט פוּן דעם נאַקע: טען בּוזעם פון דער פרוי, אוּן איהר װאַרימער בּליק, װאָס ער האָט געפיהלט אויף זיך,
סטאָון האָט זיך אַװעקגעזעצט נעבּען זייער טישעל,
דער אַלטער איז געװען זעהר לעבּעדיג. מיט צװײ:דרי ווערטער, אוּן ער איז שוין געווען מיט סטאָון'ען אין גוּטער פריינד. שאַפט, גענויט איהם צוּ טרינקען און גערוּפען איהם ,אָלך בּאַי, סטאָון ען איז אין אָנפּאַנג נישט געווען זעהר אָנגענעהם די נאַהעג. טע פאַמיליאַריטעט צוּ איהם. שפּעטער האָט עס איהם געװילט. דער אַלטער האָט אָנגעהױבּען צוּ דערצעהלען אַ מעשה פון זײַן שטערטעל אוּן גערעדט צוּ סטאָון'ען אין אַזאַ טאָן, װי סטאָון װאָלט
ש לום אש 25
נישט נאָר שוין געווען אַן אַלטער בּעקאַנטער, נאָר װי סטאָון װאָלט געווען אויך בּעקאַנט מיט דער גאַנצער פאַרגאַנגענהײט פוּן דעם שטעדטעל אוּן געקענט די מענשען, פוּן װעלכע דער אַלטער דערצעהלט,
איבּריגענס איז איהם דער אַלטער נישט אָנגעגאַנגען. זיינע חושים זיינען געװען מיט עפּעס אַנדערש פאַרנומען, עס האָט איהם אינטריגירט די פרוי, װאָס איז געזעסען געבּען איהם,
נאָך בּיים טאַנצען האָט זי זיך אויפגעפיהרט אַרױספאָדערענ: דיג -- דאָס האָט סטאוּ'ען פוּן איהר אָפּגעשטױסען, אָבּער גלייב: צייטיג אויך צוּגעצויגען. בּיים טאַנצען האָט זי זיך אַװי איינגע: קנאָטען אין סטאָו'ען, אַז ער האָט מורא געהאַט, אַז עס זאָל נישט ווערען אויפפאַלענד. יעצט, זיצענדיג פיים טיש אוּן טרינקענדיג מיט'ן אַלטען, האָט סטאוּן פּלוּצים געפיהלט, אַז עס טרעט װער אָן אויף זיין פוס. ער האָט געהאַט געגוג גרינגשעצונג פאַר דעם נאַאיווען, שוּהל:מיידעלשען אופן אַרױסעוװײזען אויפמערקזאַמקײט, װאָס די פּראַװינציעלע קאַקאַטע האָט צוּ איהם אַרױסגעוויוען. פון דער צװייטער זייט קען ער נישט זאָגען, אַז סאי איהם נישט געווען אַיינגענעהם. פאַרקעהרט, דאָס טרעטען אויף די פיס אוּנטער דעם טיש, די פאַר'חלש'טע, בּאַהאַלטענע בּליקען, װאָס זי האַט בי יעדער געלעגענהייט, װען דער אַלטער האָט אַװעקגעקוקט, געווארי פען אויף סטאָו"ען, האָט בּאַלאַנגט צום סטי? פוּן דער פּראָװינצ: יעלער דאַמע, װאָס איז אין איהר אַלט:מאָדישער קליידונג, אין איחר אַלט:מאָדישער פריזור, פאַרטראָגען אין קליין-שטעדעלדיגער ראָמאַנ: טישער אַװאַנטורישקײט. קיין מאַנספּאַרשױן, װאָס האָט שוין פאַרי לאָרען זיין ערשטע יוּגענד, איז נישט גלייכגילטיג צוּ א פרוי, װאָס שענקט איהם אױפמערקזאַמקײט. װייגיג פרויען האָבּען געקענט רייצען דעם איבּערזעטיגטען װייס-פּרעזידענט פון דער האַנדעלס: בּאַנק, אוּן זי, מיט איהר פּראַװינציעלער נאַאיװיטעט, איז געװען איינע פוּן די װוינציגסטע, װאָס האָט איהם פּאַראינטערעסירט פוּׂ דער ערשטער בּעקאַנטשאַפט. איהר הויכע, שטאַרקע פיגור, איהר לאַנגער, פוּלער האַלז, איהר פרישע, הוין:שלאָגענדע בּרוּסט, -- אַלעס, אַלעס איז איהם געפעלען געװען אין דער פרוי, אַפילו
28 טויט:אורטי?
איהר אוּמגעלוּמפּערט, מיט שלעכטען פּוּדער אָפּגעפּוּדערט געזיכט אוּן די אויפפאַלענדע רויטע פאַרבּ אויף איהרע ליפען, פוּן הינטער דעם פּוּדער האָט זיך אַרױסגעװיזען אַ פריש, יוּנג געזיכט. אוּן איהרע פרישע, רויטע ליפען זענען געװען רויטליכער פוּן איהר פּאַרבּ. דער רייץ פוּן דער פרוי האָט סטאָוּן:ען געמאַכט פאַרגעטען אין זיין פּאָזיציע, װאָס ער פאַרנעמט, אין זיין אָפּגעהיטענער פּאָר. זיכטיגקייט, אוּן ער איז געזעסען אוּן אַמוּזירע זיך מיט פרעמדע, מיט פאַרדעכטיג-אויסזעהענדע מענשען, ענדליך האָט ער שוין געהאַט גענוג. ער האָט זיך געװאָלט אויפהויבען אוּן זיך געזעגענען מיט זיי, -- פאַר מיר װעט שוין צייט זיין צוּ געהן, -- האָט ער זיך אָנגערוּפען, | -- װאָס, נאָך געשעפטען הײנט? -- האָט דער אַלטער געפרעגט, פּלוּצים האָטֿ ער דערפיהלט, אַז עס ריהרט איהם װער אָן אויף די קניהען, אַזױ װי מען װאָלט איהם צוּגעהאַלטען. זיין האַנד האָט געפוּנען איהר װאַרימע האַנד, בּעטענדיג איהם מיט די פינגער, אַז ער זאָל בּלייבּען. סטאָון איז רוט געװאָרען, = = -- ניין. קיינע געשעפטען האָבּ איך נישט מעהר היינט, בּאָר ס'האָט זיך געדאַכט -- -- -- טאָ בּלייבּט בּעסער מיט אוּנז. אפשר װאָלטען מיר צוּי זאַמען געגעסען? | | סטאוּן האָט זיף שוין גאָר נישט אָנגערוּפען, ער האָט געי ואוּנדערט זיך אויף זיך אַליין, װאָס ער גיט אַזױ פלינק נאָך. עס איז איהם פאָרגעקוּמען, אַז ער איז נישט מעהר אַליין, אַז יענער סטאָון איז איבּערגעבּליבּען ערגעץ װאוּ אין בּאַנק, בי בּעקאַנטע, צי אין דער היים: אוּן דאָ בּיים טיש זיצט אַן אַנדער מענש, װאָס ס'איז איהם אַלץ איינס, װאָס עס װעט געשעהף ;= -- װער איז זי? אוּן װער איז דער אַלטער?+ -- איז זי אַ קאָקאָטע אוּן דער אַלטער האַנדעלט מיט איהר?! ער װײסט, אַז זי
של ום אַש 21
ציהט איהם אָן. גיין, װי אַזעלכע זעהען זי נישט אויס. נאָר װער דען איז זי? זיין טאַכטער? |
דאָס אונגעוואוסטע האָט איהם נאָך מעהר גערײצט; ער האָט שוין יעצט װעגען קיין זאַך נישט מעהר געקלערט; גישט װעגען זיין שטעלוּנג אוּן נישט אַז עס קען איהם װער בּאַמערקען. ער אי גרייט געווען אויף אלץ. די בּאַריהרונג פוּן איהר האַנד אויף אַזאַ געהיימניספולען אופן, אויף אַזאַ נאַאיווען קינדישען אופן, האָט איהם אָנגעצונדען.
-- גוּט, זאָגט ער, איך בּין סיי װי סיי נישט אין אַ שטימונג צוּ זיין היינט אַלײן, אוּן איך דאַנק די געלעגענהייט, װאָס האָט מיך צוּזאַמענגעפיהרט מיט אַנגענעהמע מענשען,
--דאָס איז גוּט, איך האָבּ פיינט סנאָבּן, ניוּײאָרקער זיינען אַלע סנאָבן, גיב די האַנט. דאָס איז דער װעג, װי מען טהוט בּיי אוּנז אין דעם גוּטען, אַלטען קענכאָקי: עס טרעפט זיך אַמאַן מיט אַ מאַן, מיט צװויי אָדער דריי װערטער זיינען מיר פריינד. איך האָבּ דיך גערן אויך פוּן דער ערשטער מינוט, װאָס איך האָבּ דיך גע. זעהן. דוּ בּיזט געזעסען אַלײן, אַװי װי דוּ װאָלסט געװען אין ,טראַבּעל" *) -- איך האָבּ בּאַלד געזאָגט לעאָנאָראַ'ן,
סטאון האָט װידער דערפיהלט לעאָנאָראַ'ס האַנט, דאָס מאָל האָט זי איהם געגלעט איבּער די קניה, אַזױי װי זי װאָלט איהם דאַנקען געװאָלט, װאָס ער איז איבּערגעבּליבּען.
סטאָון האָט געקוקט אויף דעם אַלטען. צוּם ערשטען מאָפ איז איהם אויפגעפאַלען דעם אַלטענ'ס געזיכט אוּן ער איז פאַר. װאַונדערט געבּליבּען. דאָס געזיכט פוּן דעם אַלטען איז איהם פאָר. געקוּמען גוּט בּעקאַנט; נישט װי ער װאָלט איהם ערגעץ װאו צו, פעליג געזעהן, נאָר װי ער װאָלט שױין געהאַט אַמאָל צוּ טאָן מיט איהם, יעדענפאַלס נישט װעגען בּיזנעס: סטאָון האָט זיך אָבּער נישט געקאָנט דערמאָנען װען אוּן װאוּ ער האָט דעם אַלטען גי טראָפען. דערבּיי איז גאָר נישט געװען אויסטערלישעס אין דעם געזיכט פוּן אַלטען, װאָס זאָל איהם אונטערשיידען פוּן הונדערטער
+) עגנת:נפש
28 טויט:אורטײל
יי אט
אַנדערע זיינס גלייכען: אַ געזיכט פוּן אַ אַלטען אַמעריקאַנער יענקי, װאָס אויף זיין הוט האָבּען גענוּג װינטען געבּלאָזען; צײן, װאָס האָבּען גישט איין האַרטען נוס צוּבּראַכען; בּרייטע, לאַנגע בּאַקעױ פטלדער; אַ געפאַלדעװעטע הויט, האַרט פוּן טאָג:טעגליכען גאָלען, אַ פוֹ5 מויל צַיין,. געלע, גרויסע, װאָס שטאַרצען אַרױס פון זיינע נישט גאַנץ:צוּגעהענדיגע ליפּען; אַ קוּרצע אויבּערשטע ליפּ, װאָס בּאַהאַלט זיך אוּנטער אַשפּיציגער, דרייסט-אַרױסשטאַרצענדיגער נאָז; פוּן טיף:פאַרלעגטן קראַגען ציהט זיך אַרױס אַ געפאַלדעװעטער האַלז אַ האַלז װי בּיי הינדערט אַנדערע אַלטע לײט; דעם ריכטיגען האַלז האָט מען, אייגענטליך, נישט געזעהן. דער ריכטיגער האַלן איז גע" ווען בּאַהאַלטען צווישען צװויי שטעכענדיגע האַלז-ביינער, װעלכע זיינען געװען בּאַהאנגען מיט שלאַבּעדיגער הױט. זײ האָבּען װי צוויי װענטלעך בּאַהאַלטען אין זיך דעם אָפּגעגאָלטען גוידער. עס זיינען אויך געװען די אוגען װאָס האָבּען אַ מינוּט צוּגעצויגען. סטאָון'ס אויפּמערקזאַמקײט; בּלויע, קינדישע אויגען, בּאַהאַלטען אין טרעהרען:טאַרבעלעך, האָבּען אַרױסגעשמײכעלט קינדיש:נאַאיו און מענשליך:גוטמוטיג,
|-- װאָס קוּקסטוּ מיך אַזױ אָן, -- דוּ קענסט מיך?
-- לָן, אַ ואוּנדערליכע זאַך: איך האָבּ דיך װאוּ געזעהן געדענק נישט װאוּ, נאָר געזעהן האָב אך דין.
-- אין קענטאָקי, בּיוטוּ געװען אַמאָל!
-- געווען אַמאָל. |
-- קען זיין, האָסט מיך געטראָפען. די האַנט איז געװען איינע פוּן די ערשטט, װאָס האָט געבּויט אין קענטעָקי.
דער אַלטער האָט בּאַװיזען אַבּײנערדיגע, אױסגעאַרבּײטע, איינגעשרוּמפענע האַנט. די פינגער זיינען געווען אײנגעקאָרטשעטע אוּן אויסגטדרעהטע, בּאַזוּנדערס דער גראָבּער פינגער האָט געמאַכט אַן איינדרוק, װי ער װאַלט געווען אָפּגעהאַקט, אֶהן אַ נאָגעל. די האַנט האָט געציטערט אוּן די דאַרע, בּיינערנע פינגער האָבּען זיך געטרייסעלט, | |
סטאון האָט געקוּקט אויף דער האַנט אוּן אויד די האַנט איו איהם פאַרגעקומען;כאַקאַנטי
שלום אַש 29
-- בּיי גאָט! איך קען דיך, אַלטער מאן, אוּן געדענק נישט פוּן װאַנען.
-- קען זיין. דוּ קוּמסט מיר אויך פאָר זעהר פאַמיליאַר. פוּן דער ערשטער מינוּט, װאָס איך האָבּ דיך דערזעהן דערנעבען זיצען אַזױ איינזאַס פאַרטראַכט, האָבּ איך מיר געדאַכט, אַז דער מאַן דערנעבּען האָט ,טראָבּעל", אוּן מען דאַרף איהם אַהער רופען, בּעי קאַנט מאַכען מיט מיין לעאָנאָראַ'ן אוּן איהם פרייליך מאַכען
פוּן װאַנען װײיסטוּ, אַז איך האָבּ ,טראָבּעל + -- זאָגט סטאָון רויט ווערענדיג,
-- אין דיין אַרט זיצען האָבּ איך דערקענט. איך קע מיך אויף די זאַכען. אוּן נישט קיין בּיזנע:זאָרג, נאַר עפּעס סיפערעס.. האַ, האָבּ איך געטראַפען ?
סטאָוּן איז אױפגעבּראַכט געװאָרען. נאָר דער אַלטער האָט איהם בּאַלד בּארוּהיגט מיט זיינע גוּ'ע אויגען,
-- יוּנגער מאַן, איך קען דאָס. דוּ זעהסט די אַלטע פּלײיצעס? די אַלטע פּלײצעס האָכּען שוין אַלעס איבּערגעטראָגען. גלויבּ מיר, אַז אַלעס װעט איבּערגעהן. אָ, וויפיעל װאַסערען איך האָבּ שוין געזעהן פאַר מיר פאַרבּייפליסען,
-- נוּ, װאָס אַנבּעלאַנגט דאָס, האָסטוּ דיך טועה געװען, מיסטער װוינצלער. איך בּין װייט פוּן צרות אוּן נאָך דערצוּ פון פּאַמיליען צרות : איך בּין געװען אַזױ קליג, אַז איך האָבּ מיר גאָר נישט גענומען קיין פאַמיליע, צוּ פאַרמיידען צרות. װי געפעלט דיר דאָס, מיסטער ווינצלער }
-- דאָס איז רעכט, איך בִּין צופרידען. װי עס זאָל נישט זיין, בּלײיבּען מיר פריינד. נוּ, װי בּלייבּט עס מיטין עסען! שפּייזען מיר היינט צוּזאַמען}!-- פרעגט פּלוּצים דער אַלטער.
סטאָון האָט געװאָלט אָפּואָגען :
-- איך װויל הייגט װוירקליך נישט.
הינטער'ץ טיש האָט סטאָוּן װידער דערפיהלט לעאָנאָראַיס פוּס:טריט אויף זיינעם אוּן זי ריהרט איהם װידער אָן מיט' דער האַנט אויף זיין קנ'ה, אַז סטאָון צוקט פוּן איהר בּאַריהרוּנג אוּן ער ענדערט זיין מיינונג ;
30 טויט -+.אורטײל
-- אַז דוּ װילסט עס דוקא, -- נאָר אוּנטער איין בּאַדינג : אַז איהר זאָלט זיין מיי נע געסט. איך האָבּ וירקליך היינט אַיוֹם". טוב, אַ פאמיליען:יום:טוב, אויבּ איהר װילט זיין אַזױ גוּט, אוּן איך לאַד אייך איין אַלס מיינע געסט, ' =/-- װאָס זאָגסטוּ צוּ דעם, לעאָנאַראַז פרעגט דער אַלטער, -- דעדי ווייסט, אַז איך טְהוּ אַלץ װאָס דעדי װיל, ---. האָט לעאָנאָראַ געזאָגט מיט אַ מיידעלשער קאָקעטישקייט. -- זעהסטוּ וי מען דרעסירט בּיי אוּנז אין קענטאָקי ווייבּער-- נישט אַ זי װי בּיי אייך, גוּט, לעאָנאָראַ, מיר װעלען שפּייזען צו. זאַמען מיט דעם אַנגענעמען פרעמדען. כאָטש אַ ניואָרקער, דאָך אַ סימפּאַטישער. ועט דאָס זיין אַן אַריגינעלער אַכטער אױגוסט' -- האָט. סטאָוּן אין זיך געטראַכט -- איך װעל דאָס גאָלדשמיד'ן דערצעהלען. . אָסויר אויבּ ר װעט ועלען גלויבּען. -- וואוּ װעלען מיר עסען! דאָ, אָדער אין דרויסעו? -- ואוּ דוּ װעסט אוּנז פיהרען. דוּ ביזט אַ היגער, מיר. זענען פרעמדע, | -- איך װאָלט אייך גאָר פאָרגעלעגט -- האָט סטאָוּן געװאָלט, זאָגען, נאָר אין לעצטען אױגענבּליק זיך צוּריקגעכאַפּט, -- איבּעריגענס, װעלען מיר זעהן שפּעטער,. איך לעג פאָר,. אַרוּם האַלבּ נאָך אַכט זיך צוּ טרעפען אין דער האַלע פוּן האָטעל,. פּאַסט עס דער ליידי ? -- יאָ, אוּנז איז עס רעכט,-- האָט פאַר דער ליידי אָפּגעענט=. פערט מיסטער ווינצלער, י ,ליידי* האָט דערווייל הינטער'ן טיש געדאַנקט סטאָי'ען,. אוֹיף איהר אייגענעם אופן, שטאַרקער:דריקענדיג מיט איהר פוס. אין זיינעם... -- איך מיין, אַז איך װעל זיך בּעסער צוּלעהנען - בי צוּם אַבענדגּרױט.--- װאָס דענקסטוּ, לעאָנאָראַ } י -- איך דענק אויך אַזױ. | | = דער אַלטער האָט זיך אויפגעהויבּען, לעאָנאָראַ האָט זיך.. אויך אויפגעהויבען מיטצוּגעהן מיט'ן אַלטען. .
ש לום אֲשׁ 31
5555
-- גיין, ניין, לעאָנאָראַ, דוּ קענסט דאָ בּלייבּען מיט אוּנזער גייעם פריינד בּיז צוּם אָנטהאָן זיך. עס איז נאָך צייט גענוג. נו אויף װידער:זעהן, קינדער, בּיז צוּם אָבענד:בּרױט, אַמוּזירט אייך גוט. -- אוּן דער אָלטער האָט זי איבּערגעלאָזט אַלײן בּיים טיש,
3 ול אס א פאט וק : + אל זא 6 ,96 5..,,
4
! אַז סטאָוּן איז אַלײן איבּערגעבּליבּען מיט דער פרוי, האָכּען זי זיך אַ לאַנגע וילע בּיידע אָנגעקיּקט. זי האָט בּעװויזען דערבּײי איהר פוּל מויל ווייסע גלאַנצענדיגע צייהן, איהר בּרוּסט האָט זיך געהויבּען אוּן זי האָט זיך גערויטעלט אונטער דעם פּודער. -- װאָס איז ער דיר, דער אַלטער? די פרוי האָט אַ אָפּגעבױגען דעם קאָפּ צוּ דער ערד, -- דיין פאַטער? די פרו' האָט געשאַקעלט מיטן קאָפּ איף נײן אוּן איז רויט געװאָרען. -- װאָס דען, אַ מאַן? די פרוּי האָט אָנגעהױבּען צוּ לאַכען אין זיך, פאַרשטעלענדיג זיך דערבּיי איהר מויל מיט דער אױבּערפלאַך פּוּן איהר האַנד. ער װיל מיט מיר חתונה האָבּען, מר. װינצלער, ער װיל מיר אפילו איבּערשרײבּען זיין פאַרמעגען װען איך װעל חתונה האָבּען מיט איהם, | -- אוּן פאַרװאָס האָסטוּ נישט חתונה מיט איהם! - ער איז צוּ אַלט פאַר מיר, -- אוּן װידער אַרוּם: אין האָבּ מורא, אַז איך זאָל נישט שטאַרבּען. --- װי אַזױ? | --- ווייסט נישט? מיסטער וינצלער האָט שוין ליגען אויפץ לעקסינגטאַנער בּית-עולם דדיי װײבּער איינע נעבּען דער אַנדערער איך װיל נישט זיין די פיערטע. (32)
שלום אַשׂ 33
-- װאָס, אַ בּלויע בּאָרד אַזעלכע, װאָס הרג'עט זיינע װײַבער -- פאָרשט סטאָוּן,
-- ניין, מיסטער ווינצלער איז אַ גוּטער מענש און צוּ זיינע װייבּער איז ער געװען, זאָגט מען, זעהר אַ גױטער מאַן, נאַר אַזאַ מזל שוין, אַ קללה פוּן װועמען. מען זאָגט: נאָך פוּן די אַלטע װעל: דער פוּן קענטאָקי. מען דערצעהלט װעגען דעם בי אוֹנז אין לעקסינגטאַן פאַרשיעדענע מעשיות...
-- אַ, דאָס איז אינטערעסאַנט,
-- יעס, יעס, עס איז נישט קײן געלעכטער. אַלע װייסען דאָס בּיי אוּנז אין לעקסינג:אָן, קיג' ער װײטען עס, אַז די, װאָס האָט חתונה מיט ווינצלער'ן, מוּז שטאַרבּען.
-- אָרימער אַלטער מאַן,
-- ער בּעהאַנדעלט מיך אפילו זעהר גוּט, קויפט מיףר װאָס איך װיל, מאַכט מיר שעהנע קלײידער, װעש, אױיסגעמעבּלירט מיר אַ שעהנע װאָהנונג, דוּ בּעדאַרפסט זעהן מיין שלאָף:צימער און מיין פראַנט:צימער.
--- אוּן װאָס זאָגט די שטאָדט דערצוּ}
-- װאָס מיינסטוּ, איך בּין אַזעלכע, װאָס איך װעל אױספּ" קען פאַר דער שטאָדט? איך װײיס װאָס הײסט אַ פּאָזיציע פוּן אַ מאַן, אוּן מיסטער װינצלער פאַרנעהמט בּיי אוּנז אין לעקסינגטאָן זעחר אַ פיינעם אָרט -- ער איז אַ טוער אין דער קירכע. איך װײיס װי אַזױ אַכטוּנג צוּ געבּען אױיף מיינע פריינד. מיסטער וינצלער בּאַזוּכט מיך פוּן צייט צוּ צייט, בּיי מיר האָט ער אַ װאַרימע היים'
סטאָון האָט געשויגען אַ מינוּט.
--- נוּר איך האָבּ עס שוין גענוג,
--- פאַרװאָס?
-- װאָס האָבּ איך דע-פון: אַ אַלטער טרויעריגער מאַן, דאָס לעבּען איז װי אין אַ געפענגניס. איך קען נישט אוסגעהן אין ערגעץ: מיסטער װינצלער איז זעהר אייפערזיכטיג, אין דערהיים בַּיי זיך זעהר פאָרזיכטיג, אוּן ער איז נישט פאַר מיר. איך װאָלט געװאָלט קומען אין דער גרויסער שטאָדט, | = סטאָון האָט געשוויגען אַ מיגוּט, -
4
34 טויט.אָורטײל
| -- פאַרװאָס האָסטוּ נישט חתונה?
-- מיט װעמען זאָל איך חתונה האָבּען? נעהמען אַ בעל מלאכה אוּן קאָכען פאַר איהם אוּן קינדער האָבּען -- גיין גײן, דאָס װיל איך נישט, פאַר דעם בּין איך נישט בּאַשאַפען. אין בִּין בּאַשאַפּען געװאָרען צוּ געבּען אַ מאַן גליק, אוּן איך קען געבּען א מאַן גליק. -- זי האָט זיס אָפּגעקרעכצט אוּן אָנגעקויקט סטאָוןען מיט האַלב:פאַרגלײזטע אויגען. -- אָ, װי איך קען ליעבּען, װי איך בּענק נאָך ליעבּעי..
די מוּזיק האָט אָנגעחױבּען צוּ שפּיעלען.
-- קוּם, טאַנץ מיט מיר, -- האָט איהם די פרוי גערוּפען.
סטאָין האָט געטאַנט מיט איהר. דאָס מאָל האָט זי זיך | אינגאַנצען איינגעקנעטען אין זיין לייבּ, עס איז געװוען װי זי װאָלט אויף גאָרנישט געקוקט, . - האָט זי איהר בּויך נאָהענט צוּנעדריקט צוּ זיינעש. אַזױ נאָהענט, אז סטאָון האָט דערפיהלט דוּרך די קליי דער דאָס װאַרימקײט פוּן איהר ליב אוּן פוּן איהרע קניהען. זי האָט איהם געהאַלזט מיט איהרע הענט. אוּן סטאָוּן האָט געפיהלט דעס געזונטען, צוּאװאַרימטען אָטהע ם, װאָס האָט געיאָגט פוּן איהר מויל אויף זיין האַלז אוּן ער האָט געשמעקט דעם װאַרימען אָטהעם, װאָס האָט געיאָגט פוּן איהר. פּלוצים האָט זי איהר פּנים צוּגעבּוי, גען צוּ זיינעם אוּן אַרײינגעפליסטערט אין זיין אויער אַזױ גאָהענט, אַז סטאָוּן האָט דערפיהלט די װאַרימע, גלאַטיגע הויט פוּן איהר פּנים אויף זיינעם.
-=- ראַטעװע מיך פוּן איהם,
סטאָוּן האָט איהר געקוּקט אין די אויגען אַרײן.
-- וי אַזוי?
-- נעם מיך צוּ דיר, -- דוּ קענסט דאָך מיך גאָרנישט. פוּן װאַנען װײסטוּ װער איך בּין? י
-- אָ, איך קען דיך, איך װייס אַלעס,
סטאָון האָט אויפגעהערט צוּ טאַנצען אוּן אי מיט איהר צוריקגעגאַנגען צוּם טישעל,
ש לום אַש 35 = -- קוּם, וועלען מיר אַרײנגעהן אין דער האַלע, דאָרט װעי לען מיר קענען רעדען.
ער האָט גערוּפען דעם קעלנער אוּן בּאַצאָהלט אוּן איז אַװעק מיט דער פרוי אין אַ שטילען, בּאַהאַלטענעם װיגקעל, אוּנטער אַ שירעם פוּן א ווייכען אָראַנזשען לאַמפּען,ליכט, -- פוּן װאַנע קענסטוּ מיך? זי האָט איהם אָנגענומען בּיי דער האַנד. איהר האַנד האָט געבּריהט, -- אַז איך האָבּ דיך געזעהן, האָבּ איך מיר געטראַכט: אַזאַ מאַן װאַלט איך געװאָלט, אַזאַ מאַן װי דוּ איז מיר צוּגעפּאַטט. נישט צוּ אַלט, נישט צו יוּנג. איך האָבּ פיינד יונגע. איך הֹאָבּ ליעב אַ שטארקען. סאַלידען מאַן, װאָס זאָל קענען שעצען אַואַ פרוי, װי איך בּין. -- אָבּער איך האָבּ דאַך שוין אַ פרוי. -- װאָס געהט מיך דיין פרוי אָן ? איך װעל האַבּען אַ היים, דוּ װעסט קוּמען צוּ מיר װען דוּ װעסט נור װעלען. איך װײס, אַז אַ מאַן װי דוּ מוּז האַבּען אַן אַבּרוּה נישט נוּר פוּן זיינע גע+ שעפטען, נוּר אֲפּילָו אויך פוּן זיין אייגענער װײיבּ, פוּן זיין פאַמלליע- אוּן בּיי מיר װעסטוּ עס געפינען. -- גוּט, איך װעל זעהן. איך װעל דיר זאָגען, מיר דאַכט זיך, אַז דוּ געפעלסט מיר אויך, -- דוּ קענסט מיך נאָך נישט. װען דוּ װעסט מיך ערשט קענען, װעסטו װיסען װאָס פאַר אַ פרוי איך בּין. סטאָון האָט געלאַכט איבּער איהר נאַאיװויטעט. -- איך זעה שוין יעצט, -- גיין, דו זעהסט נאָך גאָרנישט. און דאַן האָט זי זיך אייננע: בּויגען אוּן האָט איהם געזאגט אין דער שטיל אין אוער אַרײן; איך װיל זיין מיט דיר די גאַכ בי סטאָון'ען האָט דאָס האַרץ געקלאַפּט, דאָס בֹּלוּט איז איהם געקוּמען אין פּנים אריין, | -- װאָס װעט זאָגען מיסטער ווינצלער? |-- װאָס געהט מיך אָן מיסטער װינצלער. איך האָבּ גענוג
י טויט.אור טאש
געליטען בּיז יעצט. איך קען נישט מעהר. איך בּין אַ יינגע פרי און איך וויל ליעבּע. |
סטאוּן האָט איהר געקוּקט אין פּנים אַרײן. ער האָט בֹּאַי מ ערקט צוויי גרויסע טרערען אין איהרע אױיגען. ער האָט זי גע. נומען בּיי דער האַנט אוּן טיעף געדריקט אוּן געפליסטערט אין דער שטיל :
-- וי אַזוי װעלען מיר עס מאַכען ?
-- עס איז מיר גאַנץ גלייך, איך װאַרט דערויף צייט יאָהרען.
סטאון האָט געקלעהרט אַ מינוט,
-- אויף וועלכען שטאָק װאָהנט איהר }
-- אויפץ אַכטען, |
אין קאָפּ האָבּען זיך איהם געפּלאָנטערט פאַרשיעדענע פּל{: גער, װי אַזױ אויסצוּפיהרען דער פרוי'ס פערלאַנג, װאָס איז גע; װאָרען יעצט זיין אייגענער. פוּן דעם דירעקטען, אָפענעם פאָרשלאַג, װאָס די פרוי האָט איהם געמאַכט, איזן זיין בּלוט געװאָרען אַװ' אָנגעצוּנדטן, זיין בּאַגעהר האָט אַזױ שנעל געאַרבּעט מיט אַזעלכע פאַנטאַסטישע פּלענער, אַז ער איז אינגאַנצען בּאַהערשט געװאָרען פוּן דער תאוה, װאָס די פרוי האָט אין איהם אָנגעצוּנדען. עד האָט נישט געזעהן דעם געפערליכען' וועג, אויף וועלכען עס שיקט איהם זיין פערלאַנג. אוּן װען אפילו ער װאָלט דאָס געװען געזעהן װאָלט ער אויך געגאַנגען אויף דעם װעג. עס איזן פאַרשטוּמט געָ: װאָרען די אויסגערעכענטע פאָרזיכטיקייט, מיט װעלכער ער האָט געטאָהן זאַכען, װאָס איז, דאַכט זיך, שין געװען זיין צװײטע נאַטור.
--. אוּן דוּ דענקסט, אַז דוּ װעסט קענען בּיינאַלט איבּערלאָ. זען מיסטער װינצלער אוּן צוּ מיר אַרײנקימען! -- האָט ער גע. פליסטערט צוּ איהר מיט האַרץ-קלאַפּונג,
די פרוי האָט געשאָקעלט מיטץ קאָפּ אויף יאָ.
-- אוּן דוּ האָסט נישט קיין מורא פאַר איבּערראַשוּנגען וּ
-- אָ, איך װעל שוין מאַכען.
שלום אַש 37
.-- גזש. איך על װאָהנען אויף דעם זעלבּען שטאָק. װעל. מעד איז אייער נומער ?
-- אַכט הונדערט צוואנציג,
-- איך װעל דיר שפּעטער זאָגען, װועלכעס צימער עס װעט זיין מיין,
דוּרך דער גאַנצער צייט, װאָס זי האָבּען גערעדט, האָט זי נישט אויפגעהערט צוּ דריקען איהרע װאַרימע קניה צוּ זײנע אוּן צוּ קוקען איהם אין די אויגען אַרײן מיט אַ הויך שלאָגענדיג האַרץ, | --- טייערער, אַז דוּ װעסט מיך דערקענען, װעסטי מיך מעהר נישט אָבּלאָזען, -- האָט זי איהם װידער געפליסטערט אין אוער אריין,
-- קוּם, עס איז צייט זיך געהן אָנטאָהן. מיסטער וינצלער װעט אויפמערקזאַם װערען.
-- אָ, האָבּ איך איהם פיינט !
סטאון האָט דערזעהן אַ גלאַנץ אין איחרע אויגען און דערי 'הערט אַ קלאַפּען מיט איהרע ווייסע ציין.
-- גערולד, װעסט לאַנג מעהר נישט זיין מיט איהם, איך װעל בּאַלד זעהן װאָס מען קען טאָן.
-- איך וויל שוין ! יעצט,.. האָבּען איהרע ליפּען געציטערט.
-- יעצט קענסטוּ נישט. יעצט מוּזטוּ געהן זיך אָנטהאָן צוּם אבענד:ברויט. קוּם, ווײיסע, עס איז צייט,
זי האָט זיך אויפגעהויבּען אוּן איז געגאַנגען מיט איהם. ער האָט זי אַרױפבּעגלײט אויף איהר שטאָק אין דעם עלעװײטאָר. אַז זי זיינען אַרױס פוּן דעם עלעװײיטאָר, איז קיינער נישט געװען אין קאָריז אָר, אוּמגעריכט האָט זי זיך געגעבּען אַ קנעט איין מיט איהר 59 לעבעדיג 5ײב אין סטאו'ען. ער האָט דערפיהלט צװישען ינע ליפען אוּן זיין מויל איהר װאַרימע, שליימיגע צוּנג אוּן ײ האָט איהם איבּערגעלאָזט מיט'ן טעם פוּן מאַנדלען אין זיין מויל,
אַז סטאון האָט זיך אָנגעטהוּן צוּם אבענד:ברויט -- איז צוריקגעקומען צוּ איהם זיין מיושב'דיגקייט. ער האָט בּעשיינפּערליך איינגעזעהן, אַז ער קריכ? אין אַ בּלאָטע, אַז עפּעס איז דאָ נישט
38 טויט:אוּרטײל
דיכטיג. די גאַנצע געשיכטע האָט אָנגעהױבּען אויסצוקוקען אין זיינע אויגען פאַנטאַסטיש. --- ,סטאון, סטאון, אויף װאָס פאַר אַ געפעהרליכע ועגען לאָזטוּ זיך!" -- האָט ער זיך אַלײן אָנגעהױבּען מוסר צוּ זאָגען, האַלבּ אין שפאָט, האַלבּ אין ערנסט. אױף זיינע ליכּען אָבּער איז נאָך געװען דער מאַנדעל:געשמאַק פוּן איהר מויל און ציין, אוּן מיט זיינע חושים האָט ער אין זיך אינגעזאַפּט דעם געשמאַק פוּן איהר לײב. אוּן דאָס האָט גישט געלאָוט דענקען וועגען עפּעס אַנדערש...,
-- אָ, איך דאַנק דיר, געלעגענהייט, װאָס דוּ האָסט מיר צוגעשיקט אַזאַ גליק! -- האָט ער אויסגעשריגען, אוּן טרערען פון פרייד האָבּען זיך איהם געשטעלט אין די אויגען. ,מיר זאָל נאָך זיין עפּעס בּאַשערט אַזעלכעס, אװעלכעס! -- אפאַרװאָס נישט!-- װאָס האָט זי, מיין װײבּ, געמיינט, אַז איך װעל בּייסען אין מיר מיט בּלוט אוּן גאל יעדע שאַנד, װאָס זי שטופּט מיר אין מױל אַרײן ? אָ, מיט דער פרוי װעל איך קענען קעמפען געגען איהר -- האָט ער אויפגעהויבּען אַ פויסט -- בּיז איך װועל דערגרייכען דאָס, -װאָס איך ויל",
,-- געװויס װעל איך זי אַװעקנעהמען פוּן דעם אלטעג == װאָס פאַר אַ רעכט האָט ער אויף איהר? אַ יונגע, בּליהענדע פרױי אוּן דער אַלטער קאָרמעט זי מיט שאָקאָלאַד",
,-- דאָס איז די פרוי, װאָס איך האָבּ געזוּכט. נישט קיין ,ליאַלקע" פוּן כאָר אַרױס, -- נוּר אַ רייפע, פּאַרשטענדיקע פרוי; געװיס װעל איך זי צוּנעהמען. דאָס איז די פרױי, װאָס איך בּעדאַרף"
ער האָט זיך יעצט געזעהן אין שפּיגעל, בּיי װעלכען ער האָט זיך אָנגעטהאָן אוּן בּעטראַכט זיך לענגער. אַ געפיהל פון דאַנקבּאַרקײט איז צוּ איהם געקוּמען צוּ דער פֹרוי,
;-- איך האָבּ דאָך איהר גאָר נישט צוּגעואָנט, -- און פוּן װאַנען װייסט זי װער איך ביל
;-- אוּן װער ווייסט, אפשר האָט זי זיך טאַקע פאַרליעבּט
שלפום אש 39
א'ן מיר, אין מיין מענליכקייט! רייפע פרויען האָבּען ליעב מיטעל. יעהריגשט מענער", ער האָט דוּרך דעם געדאַנק געקראָגען מעהר צוטריען צוּ
זיך, איז שטאָלץ געװען אױף זיך אוּן איז דאַנקבאַר געװען דער פרוי,
,-- יעדענפּאַלס, בּאַדאַרף מען פאָרזיכטיג זיין היינט אָבענד, די אַװאַנטירע קען מיך אַמאָל קאָסטען מיין נאָמען".
אָבּער דאָס זענען נאָר געווען װערטער. ער אַלײן האָט גוּט געוואוסט, אַז קיין זאַך קען איהם נישט אַפּהאַלטען פוּן דעם, װאָס שטעהט איחם פאָר, פוּן דעם, װאָס איז יעצט געװען זיין איינציגער ציעל אין לעבען.
.-- װאָס איז דאָ איינצוּשטעלען? מען הערט אַזעלכע מעשיוח, אין די האַטעלען טרעפט עס זיך טאָג:טעגליך. מען בּעדאַרף נוּר זיין פאָרזיכטיג",
,-- אוּן װאָס קען דאָ זיין? -- האָט ער זיך, שליסליך, אַליין בּאַרוהיגט, -- אפיל ווען דער אַלטער זאָל דערפוּן געװאָר װערען. װאָס איז זי, זיין ייב ? זיין טאָכטער 1 זי איז אַ פרייער מענש, זי קען מיט זיך טהאָן װאָס זי װיל. די איינציגע זאַך -- ער קען זי אינערלאָזען. איבּערהױיפּט, װאָס פאַר אַ רעכט האָט ער אויף איהר, אַז זי װעט אַליין קוּמען צוּגעהן צוּ מיף ?7,
דאָס לעצטע האָט איהם שוין גאָר אינגאַנצען כּערוּהיגט,
,אוּן די מעשה אַלײן ?* -- האָט ער זיך פאָרגעשטעלט, װי ער װעט דערצעהלען וועגען דעם געשעהעניש זיינע פריינד. -- ,זי וועלען דען גלויגען? אַ אַלטער בּאַי!" האָט ער זיך אַלײן געװאָלט לויבּען -- ;סטאָון, בּיזט נאָך אַלרײט!?"
ער איז שוין יעצט געװען אין זיין טוּאַלעט:צימער. אוּן דער ! שפּיגעל האָט בּאַװיזען אַ קרעפטיגען מאַן אין די פעסטע יאָהרען: -מיט דעם געפיהל פוּן שטאָלצקײט אױף זיך אוּן מיט אַ געװיסער דאַנקצאַרקײט צוּ. דער פרוי, איז ער אַראַפּגעגאַנגען אויפנעהמען זיינע געסט,
4 טויט:אורטײל
א
קודם כֹּל, האָט ער זיך גענומען אויספיהרען זיין פּלאַן, אי- בערצווועקסלען דעם צימער. ער האָט צוּם ערשט אַרױסגענומען אַ פינף דאָלאַר שטיק אוֹן געװאָלט דאָס געבּען דעם האַטעל:דינערי ער האָט זיך איבּערגעלעגט, אַז עס װעט אויסקומען פאַרדעכטיג, ער האָט איבּערגעוועקסעלט אויף צװיי דאָלאַר אוּן געגעבּען דאָס דעם דינער מיט אַ געוויסער װירדע אוּן געזאָגט קאַלט, װי בּאֲַמצָה: לענדיג, אַזױ װי סטאָון איז געװועהנט אין זיין בּיוּראָ:
-- איך װאָלט געװאָלט האָבּען מיין צימער געװעקסעלט אוימין אַכטען שטאָק: איך האָבּ מורא, אַז איך װעל נישט קענען שלאָפען אויף אַ נידעריגען שטאָק איבּער דעם גערויש פוּן דער גאַס,
דער דינער האַט דוּרכגעקוקט די שליסעל:טאַבּעלע אוּן זיך אָנגערוּפען:
-- איך האָבּ מורא, מיסטער פאָרס, אַז אויפץ אַכטען שטאָק װעל איך נישט האָבּען קיין פּאַסענדעס. אפּשר אויפץן ניינטעןן
-- ניין, איך װאָלט געװאָלט האָבּען אויפ'ן אַכטען.
-- אויפ'ץ צװוייטען הויף,
סטאָון האָט שוין אַרױסגענומען דעם גאַנצען פינף דאַלאַר שטיק, װאָס ער האָט געהאַט אין טאַש אוּן אַרײנגעשטעקט דעם דינער,
-- איך װיל האָבּען אַ צימער אין מיטען שטאָק. אַזױ, צווישען די צװאַנציגער אוּן דרייסיגער,
-- אָלרײט. אַכט:הונדערט:אַכט:און:צװאַנציג איז דיינס -- האָט דער דינער געזאָגט מיט אַ געוויסען שמייכעל אויף די ליפּען
-- לאָזט איבּערפיהרען מיינע זאַכען,
דאַן האָט ער גענוּמען פאַרבּערייטען דאָס עסען. אַרויסגעהן האָט ער נישט געװאָלט. ער האָט מורא געהאַט, אַז פריינד זאָלען איהם נישט בּאַגעגענען,. ער האָט גערוּפען דעם הויפט:קעלנער און געהייסען דעקען פאַר דרי אין אַ פּריװאַטען שפּיויצימער אין האָטעל, |
שלום אַש
-- אוּן איך װויל זיך געפינען אין ;נאַסען" אַמעריקא....-- האָט ער צוּגעלעגט,
-- מיר וועלען טהאָן אונזער בּעסטעס,-- האָט איהם דער הויפט: קעלנער פאַרזיכערט,
אוּן ער האָט זיך אַװעקגעזעצט אין לאַבּי װאַרטעז אויף זיינע גֶעסט.
5
בּאַלד האָט ער זיי געזעהען אָגקיּמען.
זיי האָבּען אויסגעזעהן זעהר אַנשטענדיג. דער אַלטער אין סמאָקינג, אין אַ שטייף, היימיש:געװאַשען, ווייס העמד, אוּן זײ -- אין שװאַרצען. אין ערנסטען שװאַרצען האָט זי נאָך מעהר פער: שטאַרקט דעם אינדרוּק פוּן פאַמיליעגדיגעס. זי האָט אויסגעועהן װי דעם אַלטענס אַ געטרייע, דערװאַקסענע טאַכטער, וועלכע שענקט זיך אַװעק דעם טאַטען. איהר שװאַרץ קלייד איז געװען איינפאַן, נאָר נישט אָהן געשמאַק. זעהט זיך אויס, אַז דער אַלטמאָדישער שניט, װאָס זי האָט בּענוּצט אין איהר קליידוּנג -- איז נישט געווען אַ צוּפעליגקייט, נאָר אַ גוּטער איבּערגערעכענטער שניט, װאָס האָט געפּאַסט צוּ איהר שטאַרקער גוּט ראַסענדיגער פּיגוּר. זי איז געװען אין ,דעקאַלטע". אָבּער אַזױ דיסקרעט, װי עס פּאַסט זיך פאַר אַ פרוי פוּן אַ אַלט בּעל:הבּתּיש הויז. די פריזור װי פריער. נאָר װאָס עס איז סטאָונ'ען בּאַלד געפאַלען אין די אויגען איז געװען דאָס, װאָס זי איז דאָס מאָל געווען פיעל ווינציגער געפּידערט װי פריהער, די נאַטירליכקײט פוּן איהר פריש געזיכט האָט נאָך מעהר פער: שטאַרקט דעם אינדרוק פוּן דער פאַמילאַריטעט. אויך האָט זי נישט מעהר געהאַט אױף זיך די גרויסע פּאַלשע פּערל, נוּר אָנ: שטאָט דעם -- אַ בּעשיידען בּעל:הבּתּיש גאָלדען קייטעל אויף איהר ווייסען האַלז אוּן אַ גרויסע, אַלט:מאָדישע, גאָלדענע בּראָש האָט געשוואומען איבּער איהר הויכער בּרוּסט,
ווען סטאָון האָט זיך אויפגעהויבּען זיי ענטקעגען צוּ געהן --
)44(
ש לום אַש 43
האָס ער אַ מינוּט פערגעסען, װער זיי זענען אין אמתץ, עס האָט זיך איהם געדאַכט, אַז עפּעס אַ גוּט אלטער אַמעריקאַנער ,סקווייר" מיט זיין טאָכטער זענען זיינע געסט היינט, אוּן ער האָט זיי אוים. גענומען מיט אמת'ער, אויפריכטיגער אַכטוּנג,
-- נוּ, װי פיהלסט דוּ דיך, מיסטער וינצלער?
-- ערשטער קלאַס. איך בּין בּערייט אויף איבערלעבּענישען הי אַ יוּנגערמאַן,
-- איך האָבּ בּעשטעלט אַװענדיבּרױט דאָ אין האָטעל, . אין דרויסען איז צוּ-הייס אוּן צוּפיע? געפּאַקט מיט מענשען. דאָ, אין האָטע?, קען מען בּעקוּמען אַ טרוּנק אויך -- האָט ער איהם אייגי געויוימט אין אוער -- אין דרויסען װעט עס שווער זיין,
-- דאָס איז ריכטיג, -- האָט דער אַלטער צוּגעשאַקעלט מיט'ן קאָפּ.
-- איך האָבּ געהייסען דערלאַנגען אין אַ פּריװאַטען שפּיין: צימער. |
-- פאַרװאָס? איך האָבּ געדענקט, אַז דוּ װעסט טאַנצען מיט פעאָנאָראַ'ן בּיים עסען, -- איך האָבּ גערן אייך צוּ זעהן ביידע טאַנצען, -- איך האָבּ זי דאָך צוּליעבּ דעם געבּראַכט נאָך ניוי יאָרק, --- אין לענסינקטאָן קריגט זי װעניג פערװויילונגען.
-- מיל קענען אַרײנגעהן אין אַלגעמײנעם שפּיזע:ואַל טאַנצען. דאָס װעט זיך לאָזען אַראַנזשירען,
-- אַזױ איז גוּט. איך װײס, אַז זי װיל טאַנצען ?ין זי האָט ליעם צוּ טאַנצען מיט דיר אויך, לעאָנאָראַ,
-- דעדי, װי קענסט דוּ דאָס ?-- האָט לעאָנאָראַ געזאָגט רויט: לענדיג זיך,
-- איך האָבּ עס געזעהן. אוּן איך גלויבּ עס אויך, אַז מען קען אַלײן נישט טאַנצען, האָט מען ליעב צוּ זעהן װי אַנדערע טאַנצען, הע:הע:הע,
זי זענען אַרײנגעקומען אין שפּייז:צימער. דער טיש איז גע. ויען זעהר פייערליך געדעקט. דאָס קריסטאַל האָט זיך געשפּיגעלט אין דעם עלעקטרישען ליכט, אוּן לעאָנאָראַיס פִיגוּר אוּן די מענער אין די סמאָקינגט האָבּען נאָך מעהר פּערשטאַרקט די יםיטוב'דיג.
4 טויט:אוּרטײל קייט. אַז אַ פרעמדער װאָלט זיי געווען געזעהן, װאָלט ער זיי פאַר אַנדערע נישט אָנגענוּמען, נוּר פּאַר אַ גליקליכע פאַמיליע: אַ פאָטער מיט זיין איידעם אוּן טאָכטער. זיי אַלײן האָבּען זיך אויך אַזױ גױ: פיהלט בּיים טיש. דער אלטער אַליין האָט אַרײנגעבּראַכט די שטיי מוּנג: ער האָט זיך בּיים טיש אויפגעפיהרט, װי לעאָנאָראַ װאָלט געי ווען זיין טאָכטער (קיין שפּור פוּן דעם, װאָס לעאָנאָראַ האָט דער: צעהלט װעגען דעם אַלטען אוּן זיין בּעציהוּנג צוּ איהר, האָט מען גישט אָנגעזעהן) אוּן ער -- איהר פאָטער, אוּן ער װיל געװינען סטאָונען פאַר אַ איידעם פאַר זיך. ער האָט זיי בּיידע געמאַכט טרינקען אוּן הנאָה געהאַט װי זי אַמוּירען זיך, װאָס דאָס האָט געבּראַכט אַבּיסעל אין פערלעגענהייט זיי בּיידע. דער אַלטער האָט דערצעהלט װעגען קענטאָקי אוּן די ערשטע פּיאָנערן, און סטאוּן האָט זיך געמאַכט, אַז ער איז זעהר פעראינטערעסירט אין די מעשיות. מיט לעאָנאָראַן האָט ער זיך געפיהרט, װי זײי װאַלטען טאַקע געװען חתןכּלה, זיי האָבּען זיך מורא געהאַט צוּ טרעפען מיט די בּליקען, אוּן אַדוּרכרעדען זיך אוּנטערן טיש מיט די פיס (װי עס איז געווען איהר געװאָהנהײט) האָבּען זי אויך נישט געקענט: דער טיש איז געװען צוּ גרויס אוּן צוּ קיילעכדיג -- איז דאָס עסען צוּגעגאַנגען מיט יענער פּאַמיליען-פייערליכקייט, װאָס נאָר אַנגלאָ" זאַקסען קאָנען אַרײנבּרענגען אין אַ טאָג:טעגליכען מיטאָג,
נוּר װאָס מעהר זיי האָבּען געטרונקען (אוּן אַז דער אַלטער זֹאָל טרינקען -- דערפאַר האָבּען געזאָרגט די גוּטע װיינען, װאָס סטאָוּן האָט געהאַט בּעהאַלטען אוּנטערן טיש, אוּן די קעלנער, װאָס האָבּען געהאַלטען אין איין אָנגיסען) איז דער אַלטער רויטער גע װאָרען אוּן אויפגערוימטער. די שטימוּנג איז לויזער געװאָרען. עס איז אויסגעלאַשען געװאָרען די קאַלטע צערעמאָניע, װאָס האָט גע. הערשט בּיים טיש, אוּן אַ שטיפערישע שטימונג איז איינגעטרעטען, אַזױ, אַז דער אַלטער האָט זיך אַפילוּ ערלױיבּט אַ געװיסע פאַמי? ליאַריטעט מיט לעאָנאָראַין, װאָס האָט מיט :יינמאָל אויפנעקלערט זיין שטעלונג צוּ דער פרוי,
ער האָט אָנגעגאָסען אַ גלאָז ,ווהיסקי" אוּן געהייסען לעאָ: נאָראַין טרינקען. לעאָנאָראַ האָט צוּם ערשט נישט געװאָלט. ריט
שלום אש 45
ווערענדיג, האָט זי זיך געקװענקעלט מיט איהר געוועהנליכען:
-- דעדי!
אָבּער דער אַלטער איז דערויף דוּרכאויס בּעשטאנען אוּן צוּי רוקענדיג די גלאָז ווהיסקי צוּ איהר -- האָט ער איהר בּעפוילען מיט אַ געבּיטערישען טאָן, וועלכען, זעהט זיך אויס, ער איז נעװאוינט געווען אָנצוּװענדען געגען דער פרו
-- איך הייס דיר, אַז דוּ זאָלסט טרינקען, לעאָנאָראַ!:-- האָט ער זיך אָנגערופען, אוּן זיינע בּרעמען האָבּען זיך אויפגעהויבּען (סטאָון האָט צוּם ערשטען מאָל בּעמערקט, אַז דער אַלטער האָט אַזעלכע הויכע, געװעלבּטע בּרעמען), אוּן סטאָון האָט געזֹעהן װי די בּיינערדיגע פינגער פוּן זיין האַנד בּיילען זיך, צוּ אַ פויסט.
לעאַנאָראַ. איז רויט געװאָרען. זי איז צוּגעגאַנגען און האָט אויסגעטרונקען די גלאָז ווהיסקי, װי אַ קינד, װאָס פירט אויס אַ בּעפעהל פון עלטערע, וען מען האָט עס איבּערשראָקען.
פוּן די ווהיסקי, אויך פוּן דער פערשעהמטקייט פאַר סטאוּנ'ען-- איז די רויטקייט שוין געשטאַנען אױיף איהר פּנים. אױיף איהר נאַקעטען נאַקען אַ גאַנצען אָװענד,
-- אוּן יעצט קוּם אַהער דאָ צוּ מיר -- האָט דער אַלטער צוּ איהר געוואונקען מיט'ן פינגער.
אָהן אַ װאָרט אױסצורעדען, האָט זי זיך אויפגעהויבּען פוּן איהר איט, צוגעגאַנגען צוּם אַלטען אוּן אַראָבּגעלאָזט זיך אױף זיינע קניהען.
דער אַלטער האָט איהר געקלאַפּט מיט זיינע בּינערדיגע פּינגער אין איהר נאַקעטען ווייסען קאַרק אוּן געזאָגט צוּ סטאָונ'ען;
-- אָט אַזױ דרעסירט מען בּיי אוּנז אין קענטאָקי װײבּער, -- חע:חע:חע... --אל-רייט, לעאָנאָראַ.
לעאָנאָראַ האָט זיך אויפגעהויבּען אוּן איז צוּריקגעגאַנגען אויף איהר אָרט,
אויף סטאָונ:ען האָט די סצענע געמאַכט אַ פּיינליכען אײ1: דרוּק. צוּ זעהן װי די שטאַרקע, ענטװיקעלטע פרוי פאָלגט דעם אַלטען װי אַ קליין שול:קינד -- איז געװען שמערצליך. ער האָט
40 טויט:אוּרטײל
זיך געװאָלט אויפהויבּען אוּן אַרױסגעהן פוּן שפּייז:צימער. װען ער האָט דאָס נישט געטהוּן -- איז דאָס געװען דערמאַר, װאָס ער האָט נישט געװאַלט דעם אַלטען געבּען צוּ פערשטעהן, אַז ער איז פעראינטערעסירט אין לעאנאָראַין מעהר װי אַ פרעמדער צוּשויער,
ער האָט געפּרוּבט שמייכלען אוּן געמאַכט אַ גוּמען שפּאַס דערפון :
--- אייער טאַכטער איז זעהר געהאָרכזאַם,
-- זי מוּז עס זיין, -- האָט דער אַלטער געזאָגט, -- נישט װאָהר, לעאָנאָראַ.
| -- יעס, דעדי! -- האָט לעאָנאָראַ אָבּגעענטפערט,
בי דעם װאָרט: ;זי מוּן עס זיין" האָט סטאָּן פּלוּצלינג בּעמערקט, װי די װערטער קוּמען אַרױס נישט פוּן מויל, נוּר פוּן האַלז. ער האָט געזעהן, װי דער קראָק פוּן דאַרען האַלז בּיים אַלטען איז געגעבּען אַ לױף:אַריבּער צווישען די צוויי בּיינערדיגע ווענדטלעך, אַזױ װי דעם שפּינערס שיפעלע דוּרכ'ן געװעבּ. אוּן סטאָוּן האָט זיך געטראַכט, װאָס פאַר אַ קאָמישען האַלו דער אַלטער האָט. /
-- נוּ, יעצט געה טאַנצען. געה, לעאַנאָראַ, איך האָבּ ליעב צוּ זעהן, װי דוּ טאַנצסט מיט דעם מאַן. געהט, קינדער, |
אין סטאָונ'ען האָט אויפגעקאַכט דאָס בּלוּט. ער האָט געװאָלט זאָגען דעם אַלטען, װאָס ער טראַכט פוּן איהם, אַז ער איז אַ פער. שאָלטענער אַלטער. ,איך װעל טאַנצען מיט לעאָנאָראַץ, װען איך װעל וועלען -- נישט ווען דו װעסט מיך הייסען/ ער האָט געמוזט צוּנויפנעהמען זיינע חוּשים, אַז ער זאָל נישט אַרסווּפען קיין סקאַנדאַל, -- האָט ער זיך אָנגערוּפען: |
-- בּערוהיגט אייך, מיסטער ווינצלער: מיר וועלען אַרײינגעהן אין אַלגעמײינעם זאַל, וועלען מיר דאָרט טאַנצען.
-- אָל:רײיט, אָל:רייט, לאָז זיין אַזױ,
מיסטער סטאָון האָט גערוּפען דעם קעלנער אוּן געהייסען
אַרײנבּרענגען די רעכנונג. דער רעשט אַװענד איז שוין צוּגעגאַנגען אין שווייגען. ענדליך האָט זיך סטאָון אויפגעהויבּען פוּן טיש,
ש לום אַ ש /4
-- איך דענק, אַז עס איז צוּ שפּעט פאַר טאַנצען, מיסטער ווינצלער, מיר װעלען בּעסער געהן שלאַפען.
-- פאַרװאָס? איך האָבּ צוּנעזאָגט לעאַנאָראַץ, אַז איך װעל זי נעהמען נאָך ניו:יאַרק אוּן װעל איהר ווייזען בּראָדװײ אוּן װעל יאיהר פערשאַפען פערגעניגען, איך װעל זי לאָוען טאַנצען מיט ונגעלייט, אוּן איך האָבּ ליעבּ זי צוּ זעהן טאַ:צען מיט יוּנגעלייט -- מיט שטאַרקע מענער, אַזױ װי דוּ בּיסט, מיסטער פאָרס. איך האָבּ ליעב צוּ זעהן לעאַנאָראַין אויפגערוימט, אויפגערוּדערט, מיט אַ פלאַם אין איהר אויג, -- געה טאַנצען, לעאָנאָראַ, -- נעהם איהם, ער איז שעמעוודיג אַבּיסל,
סטאָון האָט געבּיסען די ליפּען פאַר אויפרעגונג אוּן געבּיילט די פויסט, ער האָט געקוקט אויפ'ן אַלטען מיט גלאַנצענדיגע אויגען. נאָר בּאַלד האָט ער דערפיהלט לעאָנאָראַ'ס האַנד אין זיין אָרים אוּן זי האָט זיך אַנגערוּפען צוּ איהם:
-- ווען דוּ האָסט נישט געגען, קוּם טאקע, מיסטער פאָרס, לאָזען מיר האָבּען איין טאַנץ, נאָר דעם פאָטער צוּ בּעפרידיגען.
סטאָון איז מיט איהר אַרױסגעגאַנגען, נישט אומקוקענדיג זיך אויפ'ן אַלטען,
-- אָ, טייערער, ראַטעװע מיך פוּן איהם, -- האָט זי געזאָגט צוּ סטאָוג'ען, וען זיי זענען אַרױסגעקומען פוּן צימער, אָנלעהנענדיג איהּר קאָפּ אויף זיין בּרוּסט, --- איך קען שוין נישט מעהר.
-- ער איז אַ פערשאַלטענער אַלטער. דוּ דאַרפסט איהם פּערלאָזען,
-- איך געה איהש פערלאָזען די נאַכט, -- האָט זי געזאַנט מיט אַ ווינק אין איהר אויג.
-- דאָס איז רעכט. מיין צימער איז אַכטהוּנדערט אַכט אוּן צװאַנציג,. דאָ האָסט דוּ דעם נומער געגענאיבּער דיינעם, -- האָט ער איהר אַרינגעשטעקט אַ קװיטעל מיט דעם נוּמער אין איהר האַנד אַרֹיין, קוּם אַרײן, װען דוּ װילסט. איך האָבּ פאַר קיינעם קיין מורא נישט, איך יל זעהן, װער ס'װועט דיך פוּן מיין האַנד אַרױסנעהמען, -- ער איז אַ פערשאַלטטנער אַלטער,
זי האָט געכאַפּט זיין האַנד אוּן געדריקט זי מיט דאַנקבּאַר:
43 טויט :+ אוּרטײל
קייט אוּן איבּערגעגעבּענהייט, פערמאַכענדיג די אויגען אוּן בּייסעג. דיג די ליפּען מיט איהרע שאַרפע, ווייסע ציין.
אַז זי האָבּען זיך אַרײנגעלאָזט אין טאַנצען, האָבּען זי שוין פערגעסען בּיידע אין אַלטען. זיי האָבּען זיך געקוּקט בּיידע אין די אויגען אריין, עס זענען געװען אַ מאַן אוּן אַ וויבּ, װאָס האָבּען געטאַנצט, װאָס זענען בּיידע דוּרשטיג געווען איינער אויפן אַנדע: רען. אוּן מיט דער גאַנצער פרייד, װאָס שטעהט זיי בּיידע פאָר -- צוּ דערקענען דאָס געהיימניס איינער פוּן אַנדערען -- האָבּען זײ זיך בּיידע געקוּקט, אין די דוּרשטיגע אױגען אַרין אוּן אין די דוּרשטיגע ליפּען.י.
אַז זיי זענען צוריקגעקומען צוּם אַלטען אין פּרװואַטען צימער, זענען זי בּיידע רוט געווען אוּן שער געאָטעמט. דער אַלטער האָט געדרימעלט אין זיין שטוּהל, אַז ער האָט זיך אוים; געכאפּט, האָט ער געקיקט אױיף זי אַ מינוט מיט אַ פאָרשענדיגען בּליק אוּן מיט אַ שמייכעל, זיינע בּאַקען האָבּען זיך גערויטעלט פוּן טרינקען.
-- איחר זעהט בּיידע אויס, װי אַ פּאַסענדע פּאָר, בּיי גאָט.
-- איהר דענקט אַזױ, מיסטער װינצלער! -- האָט געפרעגט סטאָוּן, אוּן נישט װאַרטענדיג איף קין ענטפער, האָט ער צוֹי געגעבּען: |
-- האָט מיר אַ גוּטע נאַכט, מיסטער װינצלער. איך דענק, אַז פאַר מיר איז צייט צוּ געהן, איך האָבּ אַ פערנוּמענעם טאָג מאָרגען. אַ דאַנק אייך פאַר אַגגענעהמע געזעלשאַפט. אַ גוּטע נאַכט, לעאָנאָראַ (האָס ער זי צוּם עו שטען מאָל אָנגערוּפען בּיים נאָמען אין אַלטענס געגענװאַרט),
לעאָנאָראַ האָט פערגלייצט די אויגעןן.
-- אַ שאָד, װאָס אַזױ קוּרץ. איך האָפּ געמיינט, -- האָט דער אַלטער געבּורטשעט פאַר זיך, -- אַ גאַנצע נאַכט, אַ גאַנצע | נאַכט, -- נוּ, לעאָנאָראַ, אויבּ אַזױ, װעט פאר אוּנז אויך שוין צייט זיין, -- קוּם, מיין טייערע מויד. אין אָנלעהנענדיג זיך אױף איהר שטאַרקען קערפּער, איז ער מיט ציהר אַװעק נאָך סטאָונ'ען
אַז סטאָון איז געקוּמען צוּ זיך אין צימער אַרײן, איז ער
-דאט =
שלום אש (: ס----, 5 צוגעגאַנגען צוּם אַפּענעם פענסטער אוּן האָט אַרױסגעקיקט אױף דעם לייכטענדען ניװײיאָרק, די נאַכט האָט געבּראַכט אַ בּערוּהיגונג צוּ זיין אויפגעברויזטער נשמה. איגעװעניג, אין זיך. האָבּען זיך װוידער אָגגערופען קולות, װאָס דאָס געפיהל פוּן זעלבּסט:דערהאַל. טוּנג האָט גערוּפען אין איהם, פוּן פאָרזיכטיגקייט, פּוּן ניכטערער איבּערגערעכענטקייט, װאָס איז געװען זיין צװײטע נאַטוּר, דוּרך זיין לאַנגע פּראַקטיק אין בּיזנעס. ער האָט געזעהען בּעשיינפערליך די אַװאַנטורע, אין װעלכער ער װערט פערוויקעלט. אַ אַװאַנטורע, װאָס קען איהם קאָסטען זיין נאָמען, אפשר זיין קאַריערע, -- װאָס קאָן דערפרייהען זיינע שונאים. עס אי די העכסטע צײט אֶכֹּצוי האַקען. צוּ שליסען די טהיר. עס איז נאָך ציט, יעצט איו די ריכטיגע צייט, די לעצטע מינוּט,
, פערשליסען די טיהר אוּן אַבּהאַקען. ניין, דאָס װעט ער נישט קענען, אַז זי װעט קראַצען בּיי דער טהיר אוּן װעלען אַרײן צוּ איהם -- האָט ער געפיהלט, י עט ער צוּ שװאַך זיין. נעהמען דעם שטעקען אוּן אַרױסגײן, פאָהרען צוּ פריינד, אויפזוּכען אמוּזיר- פּלעצער, גאָר אַרױספאָהרען נאָך קוּני:אײלאַנד אין אַ נאַכט:קאַבּאַ דעט אַרײן, -- יאָ, מען דאַרף עס טהוּן. עס איז די העכסטע צייט", ער האָט געמאַכט ליכט, אױסגעזוּכט זיין הוּט אוּן שטאָק אוּן געי װאָלט אַרױסגעהן פוּן צימער.
בּיי דער טחיר אַבּער איז ער געבּליבּען שטעהן.
-- ,װאָס פאַר אַ פּחדן בּין איך װאָס אַנטלױף איך 1 פאַר וועמען אַנטלױף איך} -- אַ פרוי זוּכט שוּץ בּיי מיר -- אוּן איך אַנטלויף !*
און ער האָט זי װידער געזעהן. אין איהר גאַנצער גרויס. אין איהר פוּלער פיגוּר. ער האָט זי געזעהן נאַקעט, אין װײסען בּאַטיסטענעם העמד, אין זיידענעם שלאַפּראָק. די, װאָס דריקט זיך צוּ איהם מיט איהר נאַקעטען צוװאַרימטען קערפּער אוּן איהרע שמעקענדיגע האָר.
ער האָט דערפיהלט דעם "ם פולע, בּלאָנדע האָר אין זיין פּנים, װי ער האָט דאָס דערפיהלט פריהער, װען זי האָט אָנגעלעהנט איהר קאָפּ אויף זיין בּרוסט.
50 - טויט +:אוּרטײל
.װאָס אַנטלױף איך1 פאַר װעמען אנטלויף איך? --- פאַר גליק, פאַר לעבּען, װאָס די געלעגענהיט שיקט מיר? אוּן פאַר וועמען 1 -- פאַר אַ אַלטען פּערשאָלטענעם, ואס האָט נישט קיין רעכט אויף איהר, -- װאָס האַלט זי דאָרט געפאַנגען בי זיך אין שטעדטעל פערמאַכט אויפ'ן שליסעל",
-- ,צוּם טייװעל מיט פּאָזיציע, מיט קאַריערע, מיט אַלצ: דינג, -- אַז איך קען נישט אַרױסראַטעװען א יונגע, שענע פרי פוּן די הענד פוּן אַזאַ אַלטען רויבּער",
-- גיין לאָזען די זאַכען מיט דעם נאַטירליכען גאַנג. מען װעט זעהן, װי זיי וועלען זיך ענטוויקלען",
-- ,אוּן איבּעריגענס, איך געה דאָך נישט צוּ איהר, -- זי קומט דאָך צוּ מיר,. איך האָבּ נישט קיין רעכט אָבּצוּזאָגען אַ פרוי שוּץ, װאָס זי זוּכט בּיי מיר",
דער לעצטער געדאַנק האָט איהם שוין גאָר בּערוּהיגט, אוּן אַלע קשיות פערענטפערט. אַװעקגעװאָרפען דעם הוּט אוּן שטעקען, אויפגעמאַכט די ליכט אוּן אַראָבּגעלאָזט דעם פאָרהאַנג איבּער די פענסטער.
0
ער האָט אָנגעהױיבּען אויסצוטהון זיך אין טונקעלען אוּן גע= לייגט זיך אַ האַלבּ נאַקעטער אויפ'ן בּעט,
מינוטען זענען געקראָכען װי שעה'ן, שעהץן װי אייבּיגקייטען.
ער איז געלעגען אוף זיין געלעגער אוּן געפיבּערט פאַר בּעגעהרוּנג. דאָס האַרץ האָט בּיי איהם הויך געקלאַפט אוּן דל פינגער געציקט. ער האָט פערמאַכט די אויגען אוּן די אילהויע האָט איחם געמאָהלען בילדער. בּילדער, פוּן וועלכע זיין בּלוט איד אויפגעקאַכט געװאָרען אוּן גערייצט איהם בִּיז צוּ משוגעת,
אַזױי האָט ער זיך געװאָרפען אין פערציקטען עקסטאַז. מינוּטען, װאָס הצָבּען אויסגעזעהן װי שעה'ן, שעהין -- װי אייביג: קייטען, אוּן זי איז אלץ נישט געקוּמען,
בּייים מינדעסטען גערויש האָט ער אויסגעשפּיצט די אויערען,. זיין האַרץ איז שטיל געבּליבּען. ער איז געשפּרונגען פוּן בּעט, געזעהען דוּרך דער טהיר אין קאָריראָר, אויבּ קיינער קומט נישט,--- אוּן זי איז אַלץ נישט געקוּמען.
| = ,הייסט עס, אַז עס איז נישט בּעשערט-- איז אפש" גלייכעף /
אַזוי?--
;ניין, נישט גלייכער, בּיי גאָט, נישט גלייכער, אַלץ זאָל געשעהען, אַבּי זאָל זי קומען",
אַ ליכט:שיין פוּן קאָרידאָר פאַלט אַריין אין צימער דוּרך דער' געעפענטער טהיר, בּאַלד װערט צוריק פינסטער. די טהיר פערמאַכט זיך אין דער שטיל,.,
)51(
52 טויסט:אורטײ;
-- לעאָנאָראַ! -- האָט ער געגעבּען אַ שפּרונג אַראָבּ פוּן בּעט.
-- יעס,-- האָט געציטערט אַ פרויען:שטימע.
אוּן צוּ זיין נאַקעט ליב האָט זיך געגעבּען אַקנעט צוּ אַ קערענדיגער, שטאַרקער קערפּער, אַרוּמגעהילט אין זיידענס, אין בּאַטיסט, ער האָט דערשפּירט זיך אין גאַנצען אַרוּמגענוּמען אין װאַרעמקײט אוּן גלאַטיגקײט,
צוויי לייבּער איינגעקנעטען איינס אין דאָס אַנדערע, מיט זוכענדיגע מיילער איינער צוּם אַנדערען, מיט הײס:שלאָגענדיגע הערצער איינער בּיים אַנדערן, זענען צוּגעגאַנגען צוּם געלעגער.
-- עס האָט מיר גענוּמען אַ לאַנגע צייט דעם אַלטען אייני צושלעפערען, ער האָט מיך געפייניגט אַ האַלבּע נאַכט.
--- פערשאָלטענער! -- האָט סטאָון אויסגעשריגען. -- אָבּער איך נעהם דיך אַװעק פוּן דעם טייװעל! בּיי גאָט, איך נעהם דיך אַװעק. פוּן היינט, פוּן יעצט אָן, װעסטוּ זיין מיין ווייבּ, מיין גע= ליעבּטע. איך מאַך פאַר דיר אַ הז װי פאַר אַ פרינצעסין, אַ טייערע !
-- געוויס ?
-- געוויס. איך שװער דיר ביי גאָט, פוּן הינט אָן בּיזטוּ ימיינע, | -- אָ, טייערער, צוויי שטאַרקע, אויפגעװעקטע, דירשטיגע לייבּער האַבּען געי שרוּנקען איינס דאָס אַנדערע.
אין דעם זענען זייערע הערצער שטיל געבּליבּען,. ביי דער -טהיר האָט װער געקלאַפּט,
-- װער איז עס?
-- איך האָב מורא, אַז עס איז מיסטער װינצלער, האָט לעאָנאָראַ געזאָגט אין שרעק. |
-- פוּן װאַנען װייסט ער מין נוּמער! װער האָט איהם געזאָגט }
-- ער האָט מיר געוויס נאָכגעשפּיאַנירט, געזעהען װאוּ איך געה. געלאָזט מיך געהן, כּדי ער זאָל מיך כאַפּען אַָ, ער אי אַ כיטריאק ! איך קען איהם, |
שלום אש 53
--- בּיזט איהם עפּעס שולדיג ? זיין װייבּ, צי װאָס?
-- ניין. ער האָט מיר גאָרנישט געגעבּען
-- פוּן היינט אָן בּיסטוּ מיט מיר, דוּ קענסט נישט מעהר דעם אַלטען,
אָבּער דער אַלטער האָט נישט אויפגעהערט צוּ רופען אין דער טהיר ;
-- מיסטער פאָרס, עפען ! |
-- װאָס געהט עס אוּנז אָן!.- האָט סטאָון אויסגעשריגען אוּן װידער אַרוּמגענוּמען דאָס װאַרעמע פרויען:לײב, װאָס האָט יעצט געצאַפּעלט פוּן אויפרעגונג אוּן שרעק.
אָבּער אין דער טהיר האָט מען שוין געשטוּרעמט,
-- מיסטער פאָרס, עפען די טהיר !
זיי האָבּען זיך נישט אָנגערוּפען. זי זענען בּיידע געלעגען מיש שטעהענדיגע הערצער אוּן איינגעהאַלטענעם אָטעם,
-- מיסטער פאָרט, --- מיסטער פאָרס,-- מיין מיידעל איז מיט דיר, עפען די טהיר--אָיער איך װעל דאָס גאַנצע הויז אויפוועקען.
סטאָון האָט זיך אױפּגעחאַפּט,
-- איך געה דעם פערשאָלטענעם אַלטען שטיל מאַכען ;
מיט אַ שפּרונג איז ער געװען בּיי דער טהיר, אױמגע. געפּראַלט זי. אין דער טהיר איז געשטאַנען מיסטער װינצלער אין זיין שלאָף:ראָק מיט נאַקעטע פויסטען,
-- װאָס איז, װאָס קלאַפּסטו אין מיין טהיר }
-- דוּ פערשאָלטענער גנב! דוּ ניו-יאָרקער אויסוואורף! װאױּ איז זי די... |
מיסטער ווינצלער האָט גערעדט הויך, אוּן סטאָוּן, כּדי אויס. צוּמיידען אַ סקאַנדאַל, אַז ער ואָל נישט אויפװעקען די שכנים -- האָט איהם געגעבּען אַ כאַפּ אָן מיט זיינע צוויי שטאַרקע הענד אוּן געגעבּען איהם אַ שטעל אַרײן צוּ זיך אין צימער און פערמאַכט די טהיר הינטער איהם,
-- דוּ פערשאָלטענער אַלטער! װאָס איז זי דיינע? א װײבּ, אַ טאָכטער ? דוּ... װאָס דוּ האַלסט דיינע קעבּט:װײיבּער פּערשלאָסען אויפ'ן שליסע? -- דוּ װעסט שווייגען,--
54 טויס:אור טײל
דער אַלטער האָט זיך געגעבען אַ װאָרף אויף סטאָוּנ'ען טיט זיינע ביינ ערדיגע פינגער, -- פערשאַלטענער גנב! -- האָט ער אָנגעהױבּען הױיך צוּ שרייען. אָבּער סטאָון האָט איהם שוין געהאַלטען ביי'ם האַלז און געדושעט איהם, | -- דוּ װעסט שווייגען. איך װעל דיך שטי? מאַכען, דוּ פער- שאַלטענער אַלטער,,,. אוּן סטאָון האָט מ'ט אַ מאָל דערפיהלט װי צוויי בּיינערדיגע ווענדטלעך פוּן אַלטענס האַלז האָבּען זיך צוזאַמעני געבּראַכען אין זיינע הענד. ער האָט נישט געקלערט אוּן אויך נישט פערשטאנען, פאַר װאָס דער אַלטער איז שטיל געװאָרען. ער האָט נאָר דאָס געװאָלט, אוּן זעהענדיג, אַז דער אַלטער שטערט איהם שוין נישט--האָט קר איהם אַװעקגעװאַרפען, איז שנעל אין בּעט אַרײן, װאוּ עס האָט געװאַרט אויף איהם די פלאטערנדיגע לעאָנאָראַ. -- װאוּ איז ער 1 האַט זי געפרעגט מיט אַ שרעקענדיגעף שטימע, -- איך ווייס נישט. שווייג. אוּן סטאָון האָט זיך אָנגעהױבּען איינצובּייסען מיט זיינע צייהן אין איהר קערענדיגען קערפּער. בּאַלד אָבּער איז געקוּמען די דערװאַכונג, -- ואוּ איז ער? -- האָסט איהם אַרױסגעשטופּט ? -- ניין,. דאָרט ליעגט ער אין אַ וינקעל, -- װאָס האָסטו געטהוּן, גאָט מיינער ? ער איז דאָ אין דער שטוּבּ? דאָ, אין דער שטוּב מיט אונז. איך האָבּ דאָך גאַרנישט געוואוּסט --- איז לעאָנאָראַ אויפגעשפרונגען מיט שרעק-- אוּן פאַר" װאָס שווייגט ער אַזױ } --- איך ווייס נישט, אַ מינוּט איז שטי?ל געווען. -- ער שווייגט אַזוי... איך האָב מורא... האָט זי אַרױס: גערעדט מיט שרעק, | סטאָון האָט זיך אױפגעכאַפּט פוּן בּעט, געמאַכט ליכט אוּן צוּגעגאַנגען צום אַלטען. ער האָט איהם געפונען ליגען אין אַ
שלום אַש 55
ווינקעל בּיי דער טהיר מיט'ן פּנים אײינגעקלאַפּט אין דיװאַן, האַרט בּיי די אייזענס, װאָס זענען געווען אַרוּם דעם פייער:אויווען,
סטאָון האָט איהם אָנגענומען בּײי דער האַנד. עס האָבּען זיך איהם געװאָרפען אין די אויגען מיסטער װינצלערס אויסגע: דרעהטע בּיינערדיגע פינגער, נוּר די האַנד איז יעצט קאַלט געװען אוּן זי 'איז צוריקגעפאַלען,
ער האָט איהם אויסגעדרעהט מיט דעם פּנים אַרױף. עס איז געווען דאָס זעלבע פּנים, װאָס ער האָט פאַר אַ קוּרצער צייט צוּריק געזעהען לעבּעדיג, -- איצט איז עס געװען: די אױיגען פאַרצויגען פיט די הייטלעך, טיעף איינגעגראַבען אין די לעכער פון די באַ: קען:ביינער,-- דאָס מויל אָפען, פערקרימט, אַ שטיקעל צוּנג האָט אַרױסגעשטאַרצט און די ליפען זענען געװען בּלאָה װי אַ מילץ, אַרוּם די שלייפען זענען זיך געקומען צװאַמענגעלאַפען די דיקע בּלאַָהע אַדערען אוּן זיי האַנען אַזױ בולט אַרױסגעשטאַרצט פוּן דער דיגער הויט, אַז עס האָט זיך געדאַכט, אַז אָט פּלאַצט די הויט אוּן זיי לאַזען זיך אַרױס אין דרויסען, װי בּלאַהע געדערים אַדוּרכ* געריסענע אוּן זיי װועלען טריפען מיט בֹּלאָה בּלוּט,
-- װאָס קוּקסטוּ אויף איהט אַזױ לאַנג!--האָט לעאָנאַרא אַרױס* גערופען פוּן בּעט אַרױס מיט שרעק,
-- איך מיין, אַז ער איז טויט,
-- גיין,. ניין, = איז זי אַרױסגעשפּרונגען פוּן בּעט,-- איך קען איהט, ער פאַלט אַלע מאָל אַזױ אַװעק אין אַהונמאַכט,
זי איז צוּגעלאָפען צוּם אַלטען, חאָט זיך געװאָרפען אויף איהם אוּן האָט איהם אָנגעהױבּען צוּ װעקען, בּעטענדיג זיך בּײי איהם:
-- מיסטער וינצלער, מיסטער װינצלער, הב דיך אױף שרעק מיך נישט, מיסטער װינצלער,
-- ער איז טויט!-- האָט סטאון געזאָגט, קאַלט אוּן בּעשטימנ"
-- אַ, מיין גאָט. װאָס װעט יעצט זיין ז!--האָט זי אויסגעשר' גען אוּן זיך אָנגעהױבּען צוּ רייסען בּיי די האָר,
-- איך בּעט דין, זיי שטיל,
-- מיסטער פאָרס, װאָס האָסטוּ געטהון 1
-- װילסטוּ זיין שטיל!
56 טויט . אוּוטײל
סטאָון האָט זיך אַװעקגעזעצט אויף אַ שטוּהל אוּן גענוּמען דעם קאָפּ אין די הענד אַרײן. אַזױ איז ער אָבּגעזעסען א לאַנגע װײלע.
זי איז צוּגעגאַנגען צוּ איהם אוּן האָט זיך אַװעקגעשטעלט געבּען איהם, אַ נאקעטע, אַ קאַלטע,
-- װאָס וועלען מיר טהון }
-- איך װייס נישט,-- האָט מיסטער סטאָוּן געזאָגט,
-- מיר װעלען איהם אין דער שטיל איבּערטראָגען אין זיין צימער אַרין,. איך װעל מאַכען אַ געװאַלד, איך װעל אאָגען אַז רױבּער זענען אוּנז בּעפּאַלטן אוּן געװאָלט אוּנז בּעגנב'ענען,-- האָט זי צוּ איהם געזאָגט אין דער שטיל, אָהן אָטהעם,
סטאָוּן האָט נישט אָבּגעענטפערט,
-- מיסטער ווינצלער האָט זיך געראַנגעלט מיט זיי אוּן זי האָבּען איהם גע'הרג'עט אין ראַנגלען זיר.-- װאָס דענקסט דוּ װע. גען דעם ?
-- זי נישט משוּגע,
סטאָוּן איז װייטער געליבּען זיצען, קוּקענדיג ערגיץ:ואוּ איך טראַכטען,
-- פאַרװאָס שווייגסטוּ װאָס קלערסט דוּ?
-- אָ, איך פיהל אַזױ קאַלט,-- האָט זי געקלאַפּט אַ צאָהן אין אַ צאָהן--- מיסטער פארס, װאָס װעט יעצט זיין? /
סטאָוּן האָט אַלץ נישט געענטפערט,
-- אוּן ער האָט מיר צוגעזאָגט, אַז ער װעט מיר פּערשריי. בּען אַ טייל פוּן זיין פערמעגען--יעצט װעל איך גאָרנישט האָבּען--- האָט זי זיך װי אין עפּעס דערמאָנט אוּן זי האָט אָנגעהױבּען צוּ וייגען,
-- דערפאַר װעסט דוּ האָבּען סינג:סינג, *)
-- איך } האָט די פרוי אויסגעשריגען אין שרעק,.. פאַר. װאָס איך ?
-- איך מיט דיר צוּזאַמען. װען נישט נאָך ערגערס.
*) די טוּרמע אין גיוײיאָרק,
ש לוֹם אש |1=
-- איך האָבּ איהם נישט גע'הרג'עט! פאַרװאָס בּין איך שול. דיג? -- האָט די פרוי אָנגעהױבּען הויך צוּ וויינען.
-- האָבּ נישט קיין מורא, איך װעל אַלצדינג נעמען איף מיר, דוּ בּיזט אונשולדיג,-- האָט זי סטאָון בּערוּהיגט,
-- מיסטער פאָרס, איך װעל האַלטען מיט דיר. אַפילו איך זאָל וויסען צוּ געהן צוּזאַמען מיט דיר אין טויטען:הויז אױיף דער תּליה. מיסטער פאָרס, איך ליעב דיךן, - האָט זי זיך אָנגעהױבּען איינצוטוליען צו איהם,
פּטאָון האָט זי איינגעשטילט מיט אַ בּעוועגונג פון זיין האַנד אוּן ווייטער געבּליבּען זיצען אויף זיין אָרט.
ער האָט יעצט געקוקט אויף דער פרוי אוּן זיך געטראַכט: וי נאַריש דאָס איז: מיט אַ טאָג צוּריק האָט ער זי נישט געקענט, יעצט האָט איהם דער גורל מיט איהר צוּואַמענגעשמידט, אפשר אויפ'ן גאַנצען לעבּען לאַנג און אפשר אויפ'ן טויט".
אוּן איך קען זי דאַך צומאַל נישט".
מיט אַמאָל האָט זיך דערװעקט אין איהם צוּריק זיין גאַנצע ענערגיע -- אַרויסצוקריגען זיך פוּן דער נעץ, אין װעלכער דער צופאַל האָט איהם געפאַנגען.
--,איך מוּז. אַרױס דערטוּן!"
דער ווילען האָט צוריקגערופען אין איהם זיין גיכטערקייט אוּן אויסגערעכענטקייט, פוּן וועלכע די לײדענשאַפט האָט איהם אויף אַ מינוט פאַריאָגט.
ער האָט פאַריאָגט פוּן זיך דעם געדאַנק, אַז ער האָט איהם גע'הרג'עט מיט די הענד, ער האָט געקוקט אויף די אייוענס בּייים קוימען און אַ געדאַנק האָט געגעבּען אַ בּליץ:אויף אין זיין קאָפֿ.
;--- איך האָבּ איהם נישט גע'הרג'עט, ער איז געפאַלען אויף די אייזענס אוּן האָט זיך געגעבּען אַ קלאַפּי,-- האָט ער אויסגערוּי פען, ער איז צוּגעלאָפען צוּם טויטען און האָט אָנגעהױבּען צוּ זוּכען אין זיין פּנים אַ פלעק בּלוּט. ער האָט אָבּער גאָרנישט געפוּגעף צאָר אונטערן אוער איז געװען אַ בּלויער צייכען, װעלכער האָט זיך פערצויגען אין אַ געשוילעכץ, איז אָנגעלאַפען אין אַ הויכען + 7 צר, האָט זיך דערפרעהט:
58 טויט:אורטײל?ל
-- דוּ זעהסט דעם קלאַפּ!ֹ ער האָט זיך געגעבּען אַ קלאַפּ אין אייזען -- אַ אומגליקליכען קלאַפּ אין די שלייפען אוּן איז געשטאָרבּען,
-- אָ, יעס, טײיערער!
סטאָון האָט געקלערט אַ מינוּט. -- פּלוּצים איז ער צוּגעגאַנגען צוּ לעאַנאָראַ'ן זעהר נאָהנט. געקיקט איהר אין די אויגען אַרײן,
-- הער אויס, -- איך קען דיך נישט, -- איך װײס נישט, ער דוּ בּיוט, -- נאָר דוּ זאָלסט וויסען, אַז איבּער אוּנו בּיידץ הענגט דער טױט. מיר מווען בּיידע האַלטען צוואַמען, פער. שטעהסט?
-- יאָ, טייערער. --- האָט זי געשאַקעלט מיט דעם קאָפּ,
-- איך בִּין אַ רייכער מענטש, איך האָבּ גרויס אייגפלוס אין . רער שטאָדט, מיינע פריינ- װעלען מיך אַרױסנעהמען פוּן דער צרה, איך װעל דיך אױסהאַלטען די גאַנצע צייט, װאָס איך װעל נישט זיין, אַז איך װעל אַרױסקוּמען פוּן או:יגליק, וועלען מיר בּיידע זיין צוּזאַמען. מיר מוּזען בּיידע זיין צוזאַמען,
-- אָ, יעס, טייערער.
-- מיינע אַדװאָקאַטען וועלען דיר זאָגען וי דוּ האָסט דיך צוּ האַל. שען. אָהן זיי -- קיין װאָרט נישט רעדען. נישט רעדען. פערשטאַנען?
ער האָט גערעדט צּוּ איהר, געקוּקט איהר גלייך אוּן טיעף אין די אויגען אַרײן, װי אין שיכּרות,
זי האָט איהם אויך גלייך אוּן טיעף אין די אויגען אַרײג. געקוקט אוּן צוגעשאָקעלט מיטין קאָפּ,
-- קענסט דיך פערלאַזען אויף מיר, טײערער, אין בִין שטאַרק, פוּן -מיר װעלען זיי גאָרנישט אַרויסקריגען.
--זיי וועלען דיך וועלען איבּערקויפען. מיט געלד, מיט שרעק,-- ווייסט נישט װאָס פאַר אַ מיטלען זי װעלען אָנװענדען, -- זײ וועלען דיך אפשר פּייניגען,
| = -- איך װעל שטאַרבּען אוּן װעל מיין פריינד נישט אַרױס:
געבּען,-- האָט זי געזאָגט, אַרוּמנעהמענדיג איהם מיט איהרע קאַלטע, נאַקעטע הענד.
אוּן װען ער האָט זיך געפונען אין די שטאַרקע אָרימס פוּן
שלום אַש 59
דעל פרוי -- האָט זיך איהם געדאַכט, אַז ער איז בּעשיצט, אַז ער איז בּעהאַלטען אוּן ער האָט שוין גאָרנישט מעהר אין זיין לעבּען, נוּר דאָס לעבעדיגע ועזען, װאָס איז נעבּען איהם, מיט װעלכען דער גור? האָט איהם אין איין מינוּט אַזױי ענג פערבּונדען. דאָס אַנדערע לעבּען, דאָס לעבּען פון דעם װיצע:פרעזידענט פוּן דער קאָמערץ-בּאַנק, דאָס לעבּען פוּן מיסטער סטאָוּן, איז אָבּגעשטאָרבּען, אַלעס איז געשטאָרבּען, פערגאַנגען, אוּן איז נישטאָ מ;הר. זיין לעבּען איז יעצט די פרוי, די אוּנבּעקאַנטע, צווייפעלהאַפטע, אַזױ װי ער איז. זײ זענען בּיידע פערשטויסענע, אַרױסגעװאָרמענע, בּיידע געחתמעטע. איבער זי האָט דער גורל געװאָרפען אין שטריק אוּן דער שטריק איבּער'ץ האַלז האָט זי פעראייניגט אין דעם מאָמענט אין אַלע אייבּיגקייטען,
אָבּער בּאַלד האָט איהם די פרוי אַרױסגענוּמען פוּן דער אילוזיע.
אין װינקעל בּיים אויװוען איז געלעגען אַ פּעקעל אַלטע בּיינער אוּן האָבּען דערמאָנט דעם פעראוּרטײילטען אין זיין יום:הרין,
-- לעאַנאָראַ, געה אַרין צוּ דיר אין צימער, אידער מענשען קוּמען, -- האָט ער געזאָגט צוּם ווייבּ,
זי האָט זיך אױפגעכאַפּט אין שרעק:
-- װאָס װילסט דוּ טהוּן ?
-- אָט, װעסט דוּ בּאַלד זעהן,
ער איז צוגעגאַנגען צוּם טעלעפאָן, װאָס איו געשטאַנען אויפּ'ן שרייבּ:טיש, אוּן האָט אָנגערוּפען אַ נוּמער,
-- װאָס געהסט דו' טהוּן, טײערער?
-- איך בּעט דיך, זיי שטיל,
עס האָט לאַנג געדויערט, בּיז ער האָט געקריגען פערבּיני דוּנג,
-- געהסט דאָך זיך אַלין נישט איבערגעבען צו דער פּאָליציי? 7 | ==-- איך בּעט דיך, זיי שטיל,
60 טויט:אוּרטײל
-- אוּ. װאָס װעט מיט מיר דער סוף זיין} -- האָט די פרוי פלוצלינג זיך אין עפּעס דערמאָהנט.
- - האָבּ נישט קיין מורא, איך װעל אַלצדינג נעהמען אויף מיר,--- האָט ער געזאָגט צוּ דער פרוי.
-- איך בּין דאָך טאַקע גאָרנישט שוּלדיג, -- װאָס בּין איף שוּלדיג אין דעם. אוּן מיסטער ווינצלער האָט מיר צוּגעזאָגט.
-- איך װעל דיר געבּען געלד ויפיעל דוּ װעסט װעלעןף זיי שטיל, איך בּעט דיך. |
-- גאָט, װי איינזאַם איך בּין! ---. האָט סטאָון אױסגערוּפען פאַר זיך. | = די פרוי איז געשטאַנען אין אַ װינקעל אוּן האָט געװיינט,
ענדליך האָט זיך דער טעלעפאָן אָנגערוּפען:
-- ער איז דאָרט, צוּם טייװעל -- האָט זײן אַדװאָקאַט גערופען דוּרכ'ן טעלעפאָן מיט געבּייזער.
-- בּייזער דיך נישט, דאָס בּין איך, מאַקס.
-- װאָס איז געשעהן?
|-- איך האָב נוּר װאָס געהרגיעט אַ מענש, אין זעלבסט. פערטיידיגונג,
-- צי איז עס אַ שפּאַס אַזעלכער, צױ בּיסט אָבּער נישט געװאָהנט צוּ שפּאַסען,
-- דער ריינער אמת. איך, פרעג דיך, װאָס זאָל איך טהון}
-- איז דאָ אַ מעגליכקייט, אַז די פּאָליצײ זאָל זיך פריהער דערוויסען דערפוּן, איידער דוּ װעסט זיך אַלײן איבּערגעבּען?
-- איך דענק, אַז נישט (האָט ער געקוקט אויף לעאָנאָראַן אוּן איבּערגעחזרט די װוערטער הויך). איך דענק נישט, אַז עס װעט מיך װער אַרױסגעבּען צוּ דער פּאָליצײ, איידער איך װעל זיך אַלײן איבּערגעבּען אין איהרע הענד
-- אױיבּ אַזױ, לעג דיך שלאָפען אוּן קום צוּ מיר מאָרגען, אַכט אַזײגער אין דער פריה, אין מיין בּיוראָ.
-- דער קערפער ליגט אין מיין צימער -- האָט סטאָון , :געזאָגט,
שלום אַש 61
-- נישט קיין בּאַנדיטען: ;איבּערפאֵל, גיכער אַ אייפערזוכטס: איבּע פאַל,
-- אַזױ? דאָס מאַכט די זאַך פיעל ערנסטער, (דער אַדװאַ: קאַט האָט געשויגען אַ מינוּט דוּרכ'ן טעלעפאָן).
-- וואוּ געפינסט דוּ דיך? בּיי זיך אין דער היים?
-- ניין,, אין האָטעל ,מעטראָפּאַל", נוּמער אַכט הוּנדערט און...
-- אין האָטעל1 -- ואָט זיך דער אַדװאָקאַט געואונדערט-- דאָס מאַכט די זאַך נאָך מעהר קאַמפּליצירט. דאָס אײנציגע, װאָס איך קאָן דיר ראַטען איז, אַז דוּ זאָלסט גלייך מעלדען דערפוּן דער פּאָליצײ,
-- דער פּאָליצײ? -- האָט סטאָון איבּערגעפרעגט,
--- יאָ,. גלייך לאָז וויסען דער פּאַליצײ דערפון. און נאָך עפּעס; אוּם גאָטעס װילען -- ריהר נישט דעם קערפּער, אַזױי װי ער איז געפאַלען -- זאָל ער ליגען. אוּן פערװיש נישט קיין איין פלעק, קיין איין צייכען, אַז עס זאָל נישט װערען קיין פערדאַכט, אַז דוּ בּעהאַלטסט עפּעס. מיר טהוּט לײיד, איך װעל דיך נישט קענען פריהער זעהן, נור אין פּאַליצײ:בּעצירק.
-- דענקסט, אַזױי איז גוּט?
--- אַזױ מוּז עס זיין. נאָך עפּעס: קיין איין װאָרט נישט זאָגען, קיין איין פּאַפּיר נישט אוּנטערשרײבּען, בּיז מיר װעלען דיך נישט זעהן. פּערשטאַנען?
= יאָ.
סטאָוּן איז געבּליבּען שטעהן אַ מינוט, געקלערט אַ וילע דאַן האָט ער זיך אָנגערוּפען צוּ לעאָנאָראַץ:
-- נעהם צוזאַמען יעדען צייכען פוּן דיר אוּן געה צוּריק אין דיין צימער, איידער איך רוּף פּאָליצײ. -- דיך בּעדאַרף זי דאָ נישט געפינען,
די פרוי איז בּלייך געװאָרען אוּן האָט געטהוּן, װאָס סטאוּן האָט איהר געהייסען, צוּנויפקלויבּענדיג די האָר:נאָדלען פון געלעי גער אַראָבּ, װאָס זי האָט געהאַט פערלוירען פוּן איהר קאָפֿ.
-- װאָס זאָל איך זאָגען, וען זיי װעלען מיך פרעגען 1 -- האָט זי געפרעגט דערשראָקען.
62 טויט:אוּרטײל
-- זאָג קיין איין װאָרט נישט, בִּיז דוּ װעסט נישט זעהן מיין אַדװאָקאַט. |
-- יעס, טייערער. | -- זיי וועלען דיך אודאי אויך מיטנעהמען אוּן פּרוּבן אַרױס, קריגען פון דיר, מיט געװאַלד אפשר,
די פרוי איז װידער ארויס אין טרעהרען :
-- װאָס בּין איך שוּלדיג }
-- איך האָבּ דאָך דיר געאָגט, אַז איך נעהם אַלץ איף מיר, קענסט זאָגן װאָס דוּ װילסט. קענסט דערצעהלען אַלצדינג,
-- ניין, טייערער, קענסט דיך פערלאָזען אויף מיר, איך װעל דיך נישט אַר ויסגעבּען, מיין פריינד,
-- גוּט, גוּט, גוּט. --- נאַ, דאָ האָסטוּ געלד, -- האָט סטאָוּן אוסגעבּייטעלט די טאַשען. -- פיעל בּאַרעס געלד האָט ער נישט געהאַט בּיי זיך, --- האָט ער אויסגעטהוּן זיין גרויסען בּריליאַנטע: געם רינג אוּן איהם געגעבּען.
-- נאַ, נעהם עס יעדענפאַלס צו.
-- איך בּעדאַרף עס נישט -- האָט זי געזאָגט -- אוּן בֹּעי האַלטען דעם רינג אין זאָק אַרײן.
-- בעהאַלט עס איף אַ בּעסער אָרט, אַז די פּאָליצײ זאָף עס נישט געפינען בּיי דיר, אַז נישט װעט די זאַך װערען נאָך מעהר קאָמפּליצירט,
-- איך װעל שוין בּעהאַלטען -- האָט די פרוי געװיינט,
-- נוּ, בּלייבּ געזונד, װײיסע.
-- װער האָט זיך געקענט ריכטען אויף דעם! געמיינט, איך בּין שוין פּטור געװאָרען פוּן איהם -- מאַכט זיך אַזאַ אוּמגליק. שטענדיג געװען אַ שלעכטער. גאָרנישט האָבּ איך בּיי איהם געהאַט קיין שׁוּם פרייד -- האָט זי מיט כּעס געוויזען אויפץ טויטען, /
סטאָוּן האָט געמוּזט דערבּיי שמייכלען.
-- נו, איהם לאָז שוין צוּרוּה,
--- בּלייבּ געזוּנד, מיין האָניג, מיין זיסער. איך װעל קיינמאָל, קיינמאָל נישט פערגעסען. -- גאָט איז מין עדוּת, איך װעל.
שלום אַש 63
האַלטען פאַר דיר -- אַז איך זאָל װיסען אין טויטען-הויז צוּ געהן -- איך װעל האַלטען מיט דיר,
-- אָל:רײט, אָל:רייט, ווייסע. װי עס זאָל נישט זיין -- איז עס װערט געװען די מינוּט,
--!אָ, טייערער, איינציגער.-- אוּן זי האָבּען זיך צוּם לעצטען מאָל אַרוּמגענוּמען, |
ווען זי האָט זיך אַרױסגעשלײכט פוּן זיין צימער, װי אַ גע. שיקטע קאַץ -- איז ער צוּגעגאַנגען צוּם טעלעפאָן, -- אַרױפגע. לעגט די האַנד אויף דעם טעלעפאָןרעהריל -- האָט ער אַרױס. גענומען זיין גאָלדענעם זייגער אוּן אָבּגעצעהלט אייניגע מינוט, בּיז עס האָט זיך איהם געדאַכט, אַז עס איז גענוּג, אַז זי זאָל זיך צוּריק געפינען אין איהר צימער, אין איהר בּעט, אוּן האָט אָנגע. רוּפען די פּאַליציי,
אין אַ האַלבּע שעה אַרום האָט זיך שוין סטאָוּן געפוּנען אין פּאָליצײ:בּעצירק, אוּן נישט נוּר ער אַליין; בּאַלד נאָך איהם האָט מען געבּראַכט צוּ פיהרען לעאָנאָראַן,
אייניגע מאָרגען:צייטונגען, וועלכע האָבּען די לעצטע נייעסטע דרוק:ערפינדוּנגען, געניטע װאַכזאַמע רעפּאָרטיערען, האָבּען נאָך בּעװיזען צו בּרענגען אין די מאָרגען:אױסגאַבען פוֹן זייערע ציי. טוּנגען די נייעס פוּן דעם אינטערעסאַנטען מאָרד, װאָס גיו-יאָרק האָט געהאַט זייט ;די לעצטע צעהן יאָהר", אוּן נישט נוּר די נייעס אַלײן, נוּר אַפילוּ די פאָטאָגראַפיעט פוּן די הױיפּט:העלדען : מיסטער סטאָוּן אוּן לעאָנאָראַן, פאַר די אַנדערע, װעלכע האָבּען גישט בּע. וויזען דאָס צוּ בּרענגען דעם זעלבּען טאָג -- בּיי זיי איז געוען דער טאָג אַ ;טרױיער:טאָג?, װי נאָך אַ פערלוירענער שלאַכט. פער" געסען איז געװאָרען יעדע אַנדערע ויכטיגע געשעהעניש. די מלחמה, װאָס איז דענסמאָל אָנגעגאַנגען איבּער אַהאַלבּער װעלט-- איז פערריקט געװאָרען אין אַ זייט, װי אַ קינדער:שפּיעל געגען דעם פּאַקט פוּן לעבּען. די טעלעגראַפען:דראָטען האָבּען אָנגעהױ: בּען צוּ טראָגען איבּער גאַנץ אַמעריקאַ, אין די פּערװאָרפענסטע וינקלען, אין די פּערבּאָרגענסטע לעכער, יעדע מינדעסטע קלייניג.
64 טויט:אוריטײ 9
קייט פוּן דעם אינטערעסאַנטען מאָרד. קינד. אוּן קייט, יוּנג אוּן אַלט, האָבּען געוואוסט די נעמען פון די העלדען פון דער אי טערעסאַנטער טראַגעדיע. -
7
דער סוד פוּן סטאָונ'ס ערפאָלג אין לעבּען איז געװען דאָס, װאָס ער האָט געװאוסט װי אַזױ צוּ אָריענטידען זיך אין אַ שלעכ: טער סיטוּאַציע, בּיי אַ עת:צרה איז ער נישט פערצווייפעלט געװען, האָט ער זיך נישט געװאַקעלט -- פערקעהרט, זיינע גערװען זענען געװאָרען װי אייזערנע קייטען, װאָס האָבּען איהם אונטערגעהאַלטען, ער האָט זיך בעמיהט צוּם ערשט אויסצוגעפינען די פעהלערען, װאָס ער איז בעגאַנגען אוּן מיט דער גאַנצער קראַפט פוּן זיין טרײבּען: דער ענערגיע גענוּמען זיך צוּ פערריכטען דאָס שלעכטע. די אייגענשאַפּט פוּן זיין חאַראַקטער האָט זיך אַמבּולטטטען אַרױסגע. וויזען אין זיין יעצטיגער לאַגע. נאָכדעם װי ער האָט זיך אַבּיסעל בּערוּהיגט, (װען ער האָט זיך געהאַט שוין גוט אױסגעשלאָפען נאָכ'ץ פּיינליכען פערהער), איינגעלעבּט זיך שוין אַבּיסעל געהאַט אין דער סיטואַציע, אין וועלכער ער האָט זיך געפונען -- האָט ער זיך בּאַלד גענוּמען מיט דער גאַנצער קראַפּט זיינער, קאַלטבּלוּטיג, אויסגערעכענט, טריט בּיי טריט אַרױסצוּקריגען זיך פוּן דער געץ, אין ועלכער עס האָט איהם געפאנגען דער אונגליקליכער אַכטער אױגוּסט, |
פוּן דער תּפיסה אויס (פאַר קיין גאַראַנטיע אוּן מיט קיין פּראָטעקציע איז דאָך נישט געלונגען סטאָונ'ס אַדװאָקאַטען איהם צו בעפרייען בּיז צוּם געריכט)) האָט ער אָנגעפיהרט זיין פערטיידיגונג, יעדען טאָג זענען געקוּמען צוּ איהם די אַדװאָקאַטען אוּן מישב געווען זיך איבּער יעדען שריט, װאָס זיי האָבּען צוּ טהון,
)65(
8 | טויט : אוּרטײ5
קודם כֹּל האָט מען זיך גענוּמען צוּ בּעאַרבּײטען די עפעני טליכע מיינונג. סטאָון האָט גאַנץ גוּט געװאוסט, װי ויכטיג עס איז אין יעדען פּראָצעס אוּן נאָך דערצו -- אין אַ פּראַצעס מון אַ גע זעלשאַפטליכען מענשען--דאָס, װאָס עס זאָגט די גאַס. מען האָט פון צייט צוּ צייט געבּראַכט אין די צייטוּנגען, אוּנבּעמערקט, אַזױ, אויס נייגעריגקייטס:וועגען, אויספיהרליכע בּיאָגראַפיעס פוּן סטאָונ'ען בּיז צוּ דעם קריטישען אַכטען אױגוּסט. אוּן די בּיאָגראַפיעס זענען געווען אַזױי געשריבּען, אַז יעדער איינער, װאָס האָט זיי געלעזען, האָט זיך געמיזט פערקלערען אוּן שטעלען זיך אַלין די פראַגע: װאָס פאַר אַ געהיימע קרעפטען טרײבּען דעם מענשען אין זיין אוּנטערגרוּנד? וועלכע קענען פוּן קיינעם נישט קאָנטראַלירט װערען, נור װערען אַנגעפיהרט פון אַ העכערער אונגעזעהענער מאַכט? יעדער אייגער האָט זיך געמוּוט זאָגען, אַז דאָס, װאָס איז געשעהן מיט סטאָוּנ'ען -- האָט אויך געקענט געשעהן מיט איהם אַלין. מען האָט געזעהן אַ מענש, װאָס איז געװוען אויף דעם העכסטען שטאַפּעל פוּן גליק. אוּן אױפגעבּראַכט אויף דעם שטאַפעל האָט איהם קיינער נישט, נאָר זיין אייגענע ענערגיע אוּן װילען אַלײן, אוּן מיט אַ מאָל -- אַזאַ פאַל אַראָבּ. עס איז געװװען די בּיאָגראַפיע פוּן אַ מאָדנעם אַמעריקאַנער בּיזנעס:מאַן; אָנגעהױבּען אַלס שיק:יונג אוּן איז דערנאָך געװאָרען װיצע:פּרעזידענט פוּן איינער פון די גרעסטע בּענק. געשפּאָרט אוּן געאַרבּײט. פוּן שיק:יונגעל צוּם אָנגעשטעלטען". פֿוּן אָנגעשטעלטען צוּם הויפּט:אויפזעהער. מען האָט געזעהן װי ער װאַקסט, געטריבּען פוּן די שטראַהלען פוּן זיין ענערגיע, בּיז ער דערגרייכט צוּ דער העכסטער שטופע, אוּן דאַן -- דאָס אומגליק, אָהן אַ גרונד, אָהן אַ אוּרזאַך, פאַר נישט אוּן פאַר װאָס. דאַן, האָבּען די צייטונגען געבּראַכט פאַטאָגראַפיעס פוּן איהם, פוּן זיין פרוי אוּן טאָכטער, פוּן זייערע היימען. בּעשריבּען די פאַמיליען. פייערליכקייטען פוּן יעדען אַכטען אױגוסט -- דער געבּורטסטאָג פוּן זייער טאָכטער -- בּיז צוּ דעם אוּמגליק, פוּן די בּעשרײבּונגען, פוּן די פאָטאָגראַפיעס, האָט מען געקענט מיינען, אַז די סטאָונ'ס זענען געװען פוּן די גליקליכסטע פאַמיליען אין דער גרויסער שטאַדט ניוּ:יאַרק.
ש לום אַש וס
יי א
זעלבּסטפערשטענדליך, האָט מען זיך געהיטען מיט איין װאָרט אפּילוּ צוּ בּעלויכטען די בּעציהונגען צווישען מאַן אוּן װייבּ, װאָס האָבּען געהערשט אין סטאַונ'ס משפּחה. אַדרבּה, מען האָט זיך גצָ: מיהט מיט אַלע מעגליכקייטען (וויסענדיג װי ויכטיג עס איז דאָס האַלטען זיך פוּן מיסיס סטאוּן צוּ דער גאַנצער זאָך) -- צוּ װוירקען אויף די געפיהלען פוּן דער פרוי, אַז זי זאָל מיטלייד האָבּען מיט דעם בּעשולדיגטען. מען האָט געבּראַכט פוּן צייט צוּ צייט אין דער פּרעסע מעלדונגען, װי סטאָון, זיצענדיג אין די טאָמבּס, װאַר* טענדיג אויף זיין אורטייל -- אינטערעסירט איהם קיין זאַך נישט אַזױ, װי דער גורל פון זיין משפּחה. קין זאַך טהוט איהם נישט אַזױ װעה -- (נישט דאָס, װאָס ער איז פוּן זיין הויך אַראַבּגעפאַלען, אֲפילוּ נישט זיין געזעלשאַפטליכע שטעלונג, װאָס ער האָט פער: לוירען, אויך נישט דער טױַט, װאָס קוּקט איהם אין די אויגען אַריין) -- װי דאָס, װאָס ער האָט זיין פּאַמיליע בּעקליידט מיט אַזױ פיעל שאַנד אוּן שפּאָט, װאָס איז נוּר אין דער העלפט אמת געווען, אַלע אויגען זענען געװוען געװענדעט נאָך ,סטעטין:האָט* ,סטעטין:האָט* האָט געשוויגען. מיסטער קיאָז, װאָס איז יעצט, נאָכ'ץ אוּמגליק, אויפגעטרעטען עפענטליך, אַלס דער פערטרויאונגס: פּריינד פוּן דער סטאָוּן-פאַמיליע-- האָט קיינעם נישט צוּגעלאָזט צוּ מיסעס סטאוּן, סטאָונ'ס אַדװאָקאַטען, וועלכע האַבּען געזוכט אַ פער: שטענדיגונג מיט זיין פרוי, זענען געװאָרען אָבּגעשיקט צוּ מיסטער קראָז, איהר פריינד, אונטערהאַנדלען, בּחינט האָבּען די אַדװאַקאַ: טען געפּרוּבט ווייך מאָכען מיסיס סטאוּנ'ס האַרץ (דוּרך די אויערן פוּן מיסטער קראָז) אויף דעם בּעשולד גטען, שילדערענדיג זייגע - מאָראַלישע ליידען, ועלכע זענען פיעל װעהטאָגדיגער פוּן זיינע פיזישע, איבּער דעם, װאָס זיין פאַמיליע האָט איהם נישט בּעזוּכט בּיז איצט -- איהרע אויערן זענען געבּליבּען טױבּ. די אַדװאָקאַטען האָבּען געפּרוּבט צוּצוּקוּמען צוּם קינד -- דאָס קינד איז געװוען בּע: האַלטען. ,דער פאָטער, װאָס בעגעהט אַ ליעבּע-מאַרד אין דעם טאָג פּוּן זיין קינדס געפּורטסטאָג -- האָט קיין רעכט נישט אויף זין קינד"-- האָט מיסטער קראָז אָבּגעענטטערט די אדװאַקאַטען, צופיעל
68 טויט:אוּרטײל
איינרייסען מיט דער פרוי האָבּען די אַדװאָקאַטען נישט געװאָלט. מורא האָבענדיג, אַז זי זאָל איהר נײטראַלע שטעלונג נישט פער: וועקסלען אויף אַ אָנגרײפענדע. צוּם סוף איז זיי דאָך געלוּנגען ווירקען אויף דער פרוי דוּרך דעם, װאָס זי האָבּען איהר געגעבּען - צוּ פערשטעהן, אַז פוּן איהר האַלטונג איז אָבּהענגיג דאָס לעבּען אוּן דער טוט פוּן מיסטער סטאוּן,. דאַן האָט מיסיס סטאָון ער: קלערט אין דער פּרעסע דוּרך איהר אַדװאָקאַט, אַז זי פערלאָזט זיך אויף דער גערעכטיגקייט פוּן געריכט. אין די הענד פוּן די געשוואוירענע -- האָט זי ערקלערט -- ליגט איהר צוּקוּנפטיגע בּע. ציחוּנג צוּ איהר מאַן, אוּן בּיז דאָס געריכט װעט אַרױסטראָגען זיין פּסק:דין -- שענקט זי דעם בּעשוּלדיגטען דעם , בּענעפיט" פוּן צװייפטל, :
סטאָוּן האָט געבּיסען די שאַנד, װאָס דער פריינד פוּן זיין פרוי האָט איהם געשטופּט אין מול, געבּיטען די ליפּען פאַר אוּי מאַכט, מיסטער קראָז, װאָס שיפט זיך מיט זיין װײבּ אין געהיים אויף זיין שיפעל בּייגאַכט איבּער'ץ טייך, װאָס צוּליעבּ איהם, אוּן גור צוּליעבּ איהם איז געשעהן דאָס גאַנצע אומגליק -- בּעשיצט זיין קינד פוּן דעם ,פאָטער:מערדער", איין אױגענבּליק איז איהם איינגעפאַלען אַנ'ענדע צוּ מאַכען פוּן דעם גאַנצען בּלאָף; ענטדעקען פאַר דער װעלט די אמתיע אוּרזאַכע, פאַרװאָס ער איז נישט געוען בּיי זיין קינדס געבּורטס:טאָג, צוּליעבּ די בּעציהונגען פוּן זיין פרוי ָוּ מיסטער קראָזין, דאָס האַלטען זיך פוּן איהר אין דעם קריטישען טאָג פוּן אַכטען אױגוּסט, אוּן אַזױ אַרום צוּ בּעלויכטען דעם פּסי. כאַלאָגישען אוּנטערגרוּנד פוּן דעם גאַנצען מאָרד, דעם גאַנצען פּראָצעס דורך דעם צוּ געבּען אַ גאַנץ אַנדערען גאַנג. בּאַלד איז אָבּער געקומען דער ניכטערער שכ? אוּן האָט אָנגעהױבען אָבּצוּי וועגען דעם עפעקט, װאָס דאָס װעט מאַכען אויף דער עפענטליכער מיינונג אוּן, װי עס האָט זיך סטאָוּניען אויסגעװיזען, װעט דאָס נישט מאַכען קיין גינסטיגען אינדרוּק. צוּ בּעשוּלדיגען די פרוי אין עפּעס פערבּרעכערישעס -- האָט ער צוּ וועניג בּײװייזען געהאַט, פאַר דעם זענען זי גענוּג קלוּג אוּן פאָרזיכטיג געװען. אוּן פאַר דער עפענטליכקייט װעט עס אויסזעהן, אַז ער װיל די אונשולדיגע
שלום אש 69
פרוי, װאָס איהר גורל אין שוין אַזױ אויך גענוג פינסטער -- מיט אַרײגשלעפּען אין דעם זומפ אַרײן, אין וועלכען ער אַלײין שטעקט. זײ זענע אױף דער פריי, האָבען פרייע בּערעגונג, און איך בּין אוּנטער גראַטעס, זי שטעהען אין שיין פוּן בּעדויערונג אוּן סים. פּאַטיע אוּן איך. -- אין שאָטען פון פּעראַכטונג",
צוּם ערשטען מאָל האָט זיך סטאָון געמיזט זאָגען, אַו זיינע געגנער זענען שטאַרקער פוּן איהם אוּן ער מוּן קױיכען אונטערץ טיש פּאַד זיי. , זענען זי קלוג -- בּין איך נאָך קלוּגער -- אַראָבּ: שלינגען אין מיר די בּיטערקייט אוּן עס אױסבּעװאַזרען אין אַ וויג: קעלע פוּן מיין האַרץ, גוּט עס דאָרט צוקייען, בּיז די ריכטיגע צייט װעט קומען. זיך נישט לאָזען פאַנגען אין דער נעץ, װעלכע זײ שפּרייטען אויס פאַר מיר, אַלצדינג איבּערטראַנען, נור טרעטען אויפן וועג מיט זיכערע טריט צוּ מיין ב עפרייאונג",
אוּן סטאָון האָט אַראָבּגעשלוגגען דעם טראָפּען, געבּויגען זיך מיט הכנעה אין אוּנטערטעניגקייט הינטער די שמיץ, װאָט ס'האָט איהם אויכגעטילט דער פריינד פוּן זיין ווײב...
דערצאַר אָבּער האָט מען אָנגעװענדעט אַלצדינג, דעם קרבּן (דעם געשטאַרבּענעם מיסטער ווינצלער) פאַרצושטעלען פאַר דער עפענטליכקייט אין די שװאַרצסטע פאַרען. די פערטיידיגוּנג האָט געשיקט אַ גאַנצע אַרמעע פוּן געניטע שפּיאָנען קיין קענטאָקי אוּן זי האָבּען אױסגעגראָבּען פון אונטער דער ערד אַלע פערבּאָרגענע מעשים פוּן דעם געהיימניפפולען מיסטער ויגצלער. זיי האָכּען צוּי נױפגעקליבּען אַ מאַטעריאַל, װאָס האָט פאַרגעשטעלט דעם אוּמי גליקליכען פאַר אַ ריכטיגען ,פלױעיבּאָרד?, זי האָבּען ענטדעקט פערבּאָרגענע סודות װעגען דעם טוט פוּן זיינע פריהערדיגע פרוי: ען. שוידערליכע, אונמענשליכע מעשים, װאָס דער ערמאָרדעטער האָט געטריבּען מיט זיינע פרויע:קרבּנות. דאָס מאַטעריאַל האָט פאָרגעשטעלט לעאַנאָראַן, די הױיפּט:העלדין פון געשעהעניש פוּן אַכטען אױגוּסט, פּאַר אַ ריכטיגע מערטירערין אוּן װאָס איז אויס. גענוצט געװאָרען פוּן דעם ערמאַרדעטען אויף אַ שוידערליכען אופן, ער האָט זי פּשוט טעראָריזירט, געטריבּען מיט איהר מאַזאָכישט מעשים. דאָס מאַטעריאַל אוּן די עדות זענען פאָרגעבּדייט געװאָרען
78 טוי ט:אבר ט "52
אין שטרענגען געהיים, אַז די אָנקלאָגער זאָלען גאָרנישט דערפון געװאָהר װערען אוּן עס זאָל קוּמען װי אַ ,בּאָמבּע", אוּמגעריכט אין טאָג פוּן געריכט, כּדי דעם געגנער נישט צוּ געבּען קיין מעג: ליכקייט פוּן קאָנטר-אַטאַקען.
די פערטיידיגער זענען בּעשטאַנען אַממעהרסטען פוּן זיינע פּערזענליכע פריינד, מיט וועלכע ער האָט זיך צוּזאַמען אויפגעצוי: גען. זי האָבּען בּעלאַנגט אַלע צוּ איין קלובּ, שטוּדירט אין איין. שולע קינדווייז, כּמעט װי אויפגעצויגען געװאָרן אין איין גאַס סטאוּן איז פאַר זיי נישט געװען קיין ,קליענט". זייער גאַנצער קלאַס איז געשטאַנען אוּנטער דער בּעשולדיגונג -- איז עס געװאָ: רען די אַמבּיציע פוּן אַ גאַנצען קלאַס מענשען, סטאָונען צוּ בּע: פרייען. עס איז זיי געלוּנגען צו קריגען פאַר דער פערטיידיגוּנג אַ בּעריהמטען. אַדװאָקאַט, וועלכער שפּילט אַ געװאַלדיגע ראָלע אין דער יעצטיגער רעגירענדער פּאַרטײ, אַ מאַן, װעלכער איז שיעוּר אַלײין נישט געװוען קאַנדידאַט פאַר פּרעזידענט אוּן האָט בּעציהוּנ? גען מיט דער העכסטער אַדמיניסטראַציע, װעלכער זאָל שוין מיט זיין פּערזענליכקייט אַליין װוירקען אויף די געשוואוירענע, אויף די ריכטער, אויף דער גאַנצער עפענטליכער מיינוּנג. די פערטיידיגוּנג - האָט פאָרגעבּרייט איהר פּלאַן אַזוֹי געשיקט, אַזױ געראָטען, אַז דאָס גאַנצע לאַנד האָט בּאַלד פוּן ערשטען טאָג פוּן די געריכטט-אוּנטער: האַנדלונגען בּעדאַרפט איבּערגעצייגט װערען אין סטאָונ'ס אוּנשׁוּל: דיגקייט, צוּציהען די גאַנצע סימפּאַטיע פוּן דער עפענטליכער מיינוּנג אויפ'ץ צד פוּן מערדער אוּן די גאַנצע שוּלד װאַרפען אויפ'ן טויטען קערפּער פוּן קרבּן. װאָס סטאָון האָט געטהון -- װאָלט אייגענטליך יעדער אַנשטענדיגער מענש, יעדער דזשענטעלמען בּעדאַרפט טהוּן: ער האָט פערטיידיגט אַ פרוי פוּן אַ קראַנקען, אױסגעלאַסענעם אַלטען מכשף, וועלכע איז געקוּמען זוּכען בּיי אים שוּץ. אין האַסטיגקײט פון קאַמף צווישען די צװיי מענער -- פאלט דער אוּמגליקליכער מיט די שלייפען אויף די אייזערנע שטאַנגען פוּן דעם אויװוען:צוים, פון װעלכען ער בּעקוּמט אַ טויט:שלאָג. דעם חאַראַקטער פוּן דעם אַלטען האָבּען בּעדאַרפט בּעלויכטען פיעל אָנגעזאַמעלט מאַטעריאַל אוּן בּעגלױיבּטע עדות. די בּעציהוּנג פוּן קרבּן צוּ לעאָנאָראַ'ן -- האָט
ש לוט אש 71
מיט איהר גאַנצער אָפענהערציגקייט בּעדאַרפט אויפדעקען, בּיי געשלאָ: סענע טירען, פאַר די געשוואוירענע -- לעאָנאָראַ. אַלײן, אוּן די בּעסטע דאָקטוירים:עקספּערטען איבּער'ץן גאַנצען לאַנד האָכּען בּע. דאַרפט בּעשטעטיגען, אַז דער קרבּן איז געשטאָרבּען גישט פוּן דערווערגונג, נאָר דורך דעם קלאַפּ פון די שלייפען אין די אייזענס פון אויווען. |
אָבּער די אָנקלאַגע האָט אויך נישט געשויגען. דער סקאנ' דאַל האָט אַרױסגערוּפען אַזאַ פערבּיטערונג אין דער ראַדיקאַלער פּרעסע געגען די רייכע, געגען די פּריװוילעגירטע, װאָס ווייסען שוין נישט װאָס צוּ טחון פאַר װאױלטאָג -- אַז די, װאָס זענען געשטאַ: נען בּיים רוּדער, האָבּען געװאָלט װײזען, אַז זי האָבּען גאַרנישט װאָס צוּ טהוּן מיט דעם קלאַס מענשען, צוּ װעלכע עס בּעלאַנגט דער אָנגעקלאָגטער, װאָרוּם װי סטאָון האָט נישט געשטרלבּט אַרײ1; צוקריגען זיך אין דעם קלאַס פוּן פּדיװילעגירטע, איז ער אָבּער אַלײן געווען אַ קינד פוּן אַ עמיגראַנט, אַ איד, יעדענפאַלס, אַ מעַנש, װאָס בּעלאַנגט נישט צוּ די ריינע הונדערט-פּראַצענטיגע אַמעריקאַ: נער, גאָר אַ אויסערליכער -- די אָנקלאַגע האָט אָנגעשטעלט איינעם פוּן איהרע כיטרעסטע מיטהעלפער, אַז ער זאָל אָנפיהרען די אָב קלאַגע. אַ מענטש, װאָס האָט זיך בּעקאַנט געמאַכט איבּער'ן גאַנצען לאַנד פאַר אַ פערבּיטערטען קעמפער געגען דער מאָראַלישער אויס. געלאַסענקײט. אַ מענשען, נאָך פערהעלטניסמעסיג אַ יוּנגען, נאָר זעהר אַ פעהיגען אוּן אַמבּיציעזען, װעלכער האָט געװאָלט דוּרך דעם פּראָצעט, װאָס האָט געצויגען אויף זיך די אויפּמערקואַמקײט פוּן גאַנצען לאַנד, דערגרייכען צוּ דער שטעלונג, װאָס איהם האָט זיך געדאַכט, אַז ער איז בּערעכטיגט צוּ פערגעהמען.
פּונקט אַזױ װי די פערטיידיגונג, אַזױ האָט אויך די בַּעשוּל. דיגונג צוגעגרייט אין געהיים, דוּרך אַגענטען, אַ שווערען בּעשוּלדי. גוגגס-מאַטעריאַל געגען דעם אָנגעקלאַנטען. נישט נוּר איבּער דעם אומגליקליכען געשעהעניש אַלײן פון אַכטען אױגוּסט -- נור אַ בּע; שולדיגונג איבּער זיין גאַנץ לעבּען, איבּער זיין גאַנצער קאַריערע, מען האָט פוּן אוּנטער דער ערד אױסגעגראָכּען די פערבאַרגעגסטע סודות פוּן זיין לעבּען, די אינטימסטע בּלוּטיגסטע בּעהעלטענישען,
6 טויט. אוּרטײל
פון װע, כע אַ מענש שעהמט זיך פאַר זיך אַלײין צוּ קלערען אוּן צוּ געדענקען זיי הויך מיט זיינע געדאַנקען, גוּר זי שלימערען אין אים, וי חלומות אין אַ שלאָף, יעדע זיין פערהעלטניס מיט אַ פרוי, יע דע זיין איבּערלעגעניש, יעדע געליבּטע, יעדעס קעבּס:ווייבּ -- האָט מען אַרױסגעשלעפּט אין דער עפענטליכקייט אוּן געוויזען פאַר דער גאַנצער װעלט,
5
דאָס געריכט איז פּערװאַנדעלט געװאָרען אין אַ שׂלאַכטיפעלד, די געריכטס:אוּנטערהאַנדלונגען -- אין אַ קאַמף! ניט איבּער דעם לעבען אוּן טוט פוּן אַ מענשען. ניין, אָפּטמאָל האָט זיך געדאַכט, אַז אָהן דעם בעשולדיגטען האָמען פערגעטען אי די אָנקלעגער, אי די פערטיידינער, נאָר דאָס געפעמט האָט זיך געפיהרט צווישען די צוויי צדדים װעגען זײערע אייגענע קאַריערעס, װאָס זענען געוען פערצינדען מיט דעם פּראָצעס. נישט צוּ געװוינען, אָדער צוּ פער. לירען אַ לעבען פוּן אַמענשען האָט זיך דאָ געהאַנדעלט (דאָס איז געװען אַ נעבען:זאַך). די הויפּט:זאַך איז געוען, צי די אָנקלאַנע װעט געווינען, אָדער די פערטיידיגוּנג. אוּן צוּקוּקער צוּ דעם געי פעכט איז געװוען דאָס גאַנצע לאַנד, װאָס איז דוּרך דער פּרעסע צוגעצויגען געװאָרען מיט אָנגעשטרענגטער אויפמערקזאַמקײט, װי די צוּקוּקער אין אַ צירק בּיי אַ טיער-קאַמף.
דער פערטיידיגונג איז געלונגען דוּרך איהר אָנגעזאַמעלטען מאַטעריאָל אוּן דוּרך איהרע עדוּת צוּ פערטונקלען דעם כאַראַקטער פוּן דעם קרבן. דער קרבן איז שוין געווען טוט. אוּן קיינער פוּן זיינע נאָהנטע, זעהט אויס, האָבּען, צוֹליעבּ געויסע טעמיט, נישט געפונען פאַר מעגליך זיך אריינצוּמישען אין דעם קאָמפּראָמיטי רענדען פּראָצעם, האָט ער דוּרך דעם נישט געהאַט קיין אָננעהמער, די עקספערטען, ועלכע די פערטיידיגוּנג האָט פּעררוּפען פוּן די בּעריהמטסטע פּאַכלײט איפער'ן גאַנצען לאגד, האָבּען פעסטגעשטעלט, אַז דער טױט.שלאַג איז געקומען פון דעם קלאַפּ אָהן די אייזענג
)13(
74 טויט:אורטיײל
בּייים קאַמין, פּונקט פערקעהרט האַבּען פעסטגעשטעלט די עקס: פּערטען, וועלכע זענען געװען נישט װעניגער בּעריהמט, װאָס עס האָט פעררופען די אַנקלאַגע -- אַז ער איז געשטאַרבּען פוּן דער. שטיקונג,
אוּן דאַן איז געלוּנגען דער אָנקלאַגע אַרױסצובּרענגען, אַז דער בּאַשוּלדיגטער האָט, נאָך אַן אינטימען געשפּרעך מיט דער קאַמפּראָמיטירענדער פרוי, די בּעגלייטערין פוּן דעם קרגן, וועלכער איז פאָרגעקוּמען צווישען זיי ,טעט:אַ:טעטײ, אין אַ ווינקעל פוּן דער האָטעל:האַלע, אוּנטערגעקויפט דעם האָטעל:דינער, אַז ער זאָל אי- בּערטוישען זיין צימער פוּן דריטען אויפן אַכטען שטאַק-- אין שכנות מיט'ן קרבּן. אוּן דאָס, װאָס דער אָנגעקלאָגטער האָט בּייים ערשרייבּען זיך אין האַטעל:בּוך נישט אַנגעגעבּען זיין ריכטיגען נאָמען, נוּר אַ פרעמדען-- װאַרפט דאָס נישט קיין חשד, אַז דער אָנגעקלאָגטער האָט פוּן פריהער געהאַט עפּעס אַ געהימע אוּרזאַך: צוּליעבּ וועלכער ער האָט זיך געװאָלט פאַר שטעלען אוּנטער אַ פרעמ" דען נאָמען? אויך האָט דער אָנגעקלאָגטער נישט געקאָנט ערקלע: רען די ריכטיגע אוּרזאַכע, פאַרװאָס ער האָט פאַרשפּעטיגט דעם צוּג צוּ זיין איינציג קינד'ס געבּורטס:טאָג -- צי אין דאָס נישט אַ בּעווייז, װאָס דער אָנגעקלאָגטער האָט געהייסען אַפּשטעלען זיין מאַשין אויפ'ן וועג צום צוג, פאַר אַ שאַקאַלאַד:געװעלבּ, כאָטש דער שאַפער האָט איהם אויפמערקזאַָם געמאַכט, אַז עס איו דאָ װעניג צייט ? | אויף די אַלע בּעווייזען האָט די אָנקלאַגע פאָרגעשטעלט די געשעהענישען פוּן אַכטען אױגוּסט אויף דעם פאַלגענדען אופן;
סטאָון האָט פערשפּעטיגט דעם צוּג דערפאַר, װאָס ער האָט געהאַט אַ געהיימען ,ראַנדעװאוּ", אָפּגערעדט שוין פוּן פריהער צוּ טרעפען זיך מיט דער פרוי אין האַטעל, נוּר פאַר די אָנגעשטעלטפ אין בּאַנק האָט ער געשפּיעלט די ראָלע, אַז ער איז אַזױ פערנ= מען, אַז ער זעהט נישט, װי עס װערט שפּעט. אין אמת'ען אָבּער איז ער גאָרנישט געווען פערנוּמען, נאָר געװאָלט פערשפּעטיגען דעם צוּג. ווען ער איז געפאָהרען צוּ דער בּאהן, אוּן דער שאָפער איז שנעל געלאַפען, האָט סטאָון מורא געהאַט, אַז ער זאָל דורך
=
שלום אש 5
דעם טרעפען דעם צוּג, האָט ער איהם עקסטרא געהייסען אָפּשטע. לען זיך פאַר אַ שאַקאָלאַד:געשעפט, כדי הַזוי אַרוּם צוּ פערשפע: טיגען, װאָרום אַנדערש קען מען זיך נישט ערקלערן, פאַר װאָס סטאָון האָט זיך נישט געפונען דעם אַכטען אױגוּסט, דעם טאָג פון זיין קינד'ס געבּורטס-טאָג, װאָס איז געפייערט געװאָרען פוּן שטענ: דיג אָן פאַר אַ גרויסען פאַמיליען:וט:טוב, צװאַמען מיט זיין פאַ. מיליע. עס איז געווען דערפאַר, װאָס סטאָין האָט געהאַט א פיעל וויכטיגערע אורזאַך צוּ בלייגען אין שטאָדט -- אַ ,ראנדעוואוּ" מיט אָן אױסגעלאַסענער פרוי. דאָס טרעפען זיך איז געװען אָפּגערעדט פון פריהער, דורך בּריעף אָדער פערוענליך. אַז סטאָון האָט שין געקענט די פרוי פון לאַנג אין אי געװען מיט איתר אין געהײימע בּעציהונגען -- דאָס פעװיוען פיעל אַכע מיט אַ פרוי פוּן דער גאַס, װאָס סטאָון װאָלט נישט געקענט, װאָלט זיך דער פאָרזיכטיגער, שטענדיג אויסגערעכענטער װיצע:פרעוידענט פוּן דער האנדעלס:באַנק נישט ארײינגעלאָזט זיך צום ערשטען מאָל אין אַזעלכע אינטימע פּאַרהעלטענישען ; ער האָט דאָך געמוּזט וי סען, אַז דאָס קען איהם זיין קאַריערע קאַסטען. סטאָון האָט גע: קענט די פרוי, איז געװען מיט איהר שוין לאנג פערבּונדען אַז גישט -- קען זיך גאָר נישט ערקלערען זיין גאנצע האַנדלוּנג דעם אַכטען אױגוּסט, סטאָון האָט אויך געמוּוט גוּט ויסען, אַז די פרוי, אין דער בּעגלייטונג פון אַ מאַן, בּעלאַנגט מיט ועכט אָדער אוגרעכט, צוּ יענעם, פון װעלכען זי קען זיך, צוליעפ געװיסע אוּרזאַכען, נישט בּאַפרײיען. אפשר װײיסט ער פון איהר אזעלכע סודות, װאָס קען איהר קאָסטען איה פרײהײט? און אפשר האָט מיסטער ווינצלער אויך געקענט עפעס דערצעהלען װעגען דעם מיסטער סטאָון,+ װאָס װאָלט נישט אָנגענעהם געװען דעם װיצע:פּרעזידענט פוּן דער האַנדעלס:בּאַנק... אוּן סטאָוג'ס בּריליאַנטענער רינג, װאָס =מען האָט געפונען בּיי דער פרוי ?,.. אַ פרוי, װאָס קוּמט זוּכען שוּץ בּיי אַ מאַן, שענקט מען נישט קין בּריליאַנטענעם רינג, װאָס איז װערט אַ פערמעגען... אוּן דאָס רייכע אָבענד:בּרױט, װאָס סטאוּן האָט געשטעלט פאַר ווילד:פרעמדע מענטשען, מיט װעלכע ער האָט זיך צוּם ערשטען מאָל בּאַקענט? אוּן די רייכע, שטאַרקע וײיגען?...
16 טויט:אוּרטײל איז דאָס ניט אַ בּאַװײז, אַז סטאָון האָט בּדעה געהאַט דעם קרבן אָנצוּשיכּוּר'ן אוּן אַזױ אַרוּם איהם אונשערליך צוּ מאַכען? װען דאָם איז איהם נישט געלוּנגען, האָט ער זיך גענוּמען פאַר דעם ראַדי קאַלסטען מיטעל -- ער האָט איהם פּשוּט דערװאָרגען. נוּר די" שרעקליכסטע בּאַשוּלדיגוּנג, װאָס די אָנקלאַגע האָט אַרױסגעצּראַכט; געגען דעם אָנגעקלאָגטען, איז געװען דאָס, װאָס דער אין אוּל איינציגער עדוּת, װאָט איז געװען בּיים מאָרד, האָט, װעלענדיג זיך ראַטעװען, בּיי אַ שטרענגען קרייץ-פאַרהער, איבּערגעחזר'ט דאָס, װאָס זי האָט זיך שוין געהאַט מודה געווען פוּן פריהער, אַז נאָכֹא דעם, װי סטאָון איז בּעגאַנגען דעם מאָרד, האָט ער געהאַט מינן איהר אינטימע בּאַציהוּנגען אין געגענװאַרט פוּן קרבּן... זי האַכן נישט געװאוּסט דערפון, װייל דער קאַמף צװישען די מענער אי פאָרגעקוּמען אין דער טוּנקעלהייט, דערװײטערט, אויף אַ לאַנגען שטח פוּן בּעט, אין וועלכען זי האָט זיך געפונען. זי האָט עס נישטל געזעהן, ווייל פאַר מורא האָט זי די קאָלדרע איבּער'ן קאָפּ געצויי גען, אוּן דער טוט איז אַזױ שנעל אַרײנגעטראָטען אוּן אַזױ אָהן רעש, אַז זי איז געװוען זיכער, אַז דער קרבּן האָט פאַרלאָזען דאָס; צימער,
דער דאָזיקער דעטאַל האָט געמאַכט אַזאַ שטאַרקען איינדרוק אויף די געשוואוירענע, אַז ער האָט פאַר'חתמ'עט סטאָונ'ס גורל,
אויפץ גרוּנד פוּן אָט די אַלע בּאַװײזען, האָט דער אָנקלאָגער אין אַ פייערדיגער רעדע פערלאַנגט, אַז די געשוואוירענ? זאָלעןּ ערקלערען דעם אָנגעקלאָגטען שילדיג אין צוּנרייטען אוּן אויס: פיהרען אַ בּייזוויליגען מאָרד,
דער געשואוירענער מאַקקענלײי, דער עלטסטער פון די געשוואוירענע, איז געווען אַ קליינער בּעאַמטער אין פינאַנץ-אַמט, אוּן כאָטש ער האָט זיין לעבּען פערבּראַכט אין צוּזאַמענרעכענעף גרויסע חשבּונות מיט חשוב'ע ציפערען אין די מיליאָנען דאָלאַרס? האָט ער נישט געקענט אױסקוּמען מיט זיין קליינעם געהאַלט אוּף איז שטענדיג געווען אין געלד:נויט. זיין גרעסטע זאָרג איז געװען: דירה:געלד, װעלכע, צוּליעבּ זיין גרויסער פאַמיליע, האָט אויפגע;
שלום אַשׂ ז/ געסען אַ העלפט פוּן זיינע איינקונפטען. געגלױבּט האָט ער, אַז אין דעס גרויסען יקרות אויף אַלעם אין שולדיג עװאַלל-סטהיט", *) ;װאָלל-סטריט" איז שולדיג אין אַלע צרות. ,װאָלל:סטריט" בּעהאַלט דאָס גאנצע גאָלד אין די קעלערס פוּן די גרויסע ,װאָלקען:קראַצערס? אוּן לאָזט דאָס פאָלק אוימהונגערען, פריהרען אוּן נאַקעט אַרוּמגעהןױ ער האָט געטראָגען אַ שנאה צוּ אַלעס, װאָס קומט פוּן עװאַלל: סטריט", אוּן עס איז גענוג געװען, אַז דער בּעשולדיגטער געהערט צוּ ,װאָלל:סטריט", אַז ער האָט איהם שוין געהאַט פעראורטילט פוּן פאָראויס,
פוּן אַ גאנץ אנדערען שניט איז געװען מיסטער בּרוינער, דער צווייטער געשואוירענער. מיסטער בּרױינער איז געװען אַ בּראַקער (אַ מעקלער אויף ,װאָלל:סטריט'), ער האָט געקענט דאָס לעבּען און ער האָט געוואוסט, אַז בּאַנקירען זענען פּונקט אַזעלכע מענשען װי אַנדערע, האָכּען זייערע צרות אוּן אָפּטמאָל געהט זײ נישט איין דער װאױלטאָג, װעלכען זײ געניסען. ער האָט שין געזעהן בּאנקירען, װאָס הײנט זענען זיי געװען גרויסע קנאַקערס, אַז זי האָנען די בּערזע געשאַקעלט, אוּן אויף מאַרגען זענען זײ זיך געקוּמען בּעטען שטעלען אלס אָנגעשטעלטע בּיי איהם. ער איז געווען אַ מענש פון לעבען. איבּער איהם האָט די פערטידיגונג געפיהרט אַ גרויסען קאַמף, אַרינצונעמען איהם צװישען די גע* שוואוירענע (זי האָט עס געהאַלטען פאַר אַ גרויס געווינס), ער האָט גענוּמען אלצדינג אין לעבּען ,פיפטי-פיפטי", דאָס הייסט, פופציג פּראַצענט איז יאָ אַזױ, פופציג פּראָצענט -- נישט אַזױ. אַזױ האָט ער אויך גענוּמען דעם פּראָצעס, דאָס עדוּתיזאָגען פוּן די עווּת, די רעדעס פוּן די אדװאָקאַטען, פופציג פּראָצענט איז יאָ אַזֹי אוּן פופציג פּראַצענט איז נישט אַזֹױי, װי די עדוּת זאָגען. אַזױ האָט ער אויך געהאַלטען דעם בּעשולדיגטען -- פופציג פּראָצענט איז ער יאָ שולדיג און פופציג פּראָצענט איז ער נישט שוּלדיג. דוּרך דעם בּעדאַרף מען פופציג פּראָצ נט בּעשטראָפען און פופציג פּראָ: צענט בּעפרייען... צוּ סטאָון אַלײן, אַלס מענש, האָט ער קין בּעי ציהונ נישט געהאט, כאָטש ער האָט איהם גוּט געקענט. ער איו
*) ניוײלאָרקער בערוע.
5
טויט:אורטײל
נישט געווען זיין קונד, אוּן מיסטער בּרויגער האָט בּאַציהונגען נוּר צוּ מענשען, וועלכע שטעהען מיט איהם אין האַנדעלס-פערבּינדון. גען. צוּ דער איבּעריגער װעלט איז ער גלייכנילטיג,
דער יוּד, זילבּערשטיין, איז געווען אַ סוחר פוּן פוּטערוארג, אוּן פּונקט אין מיטען בּרען פוּן סעזאָן, ווען די בּעשטעלוּנגען בּרע. גען אוּנטער די הענד, האָט מען איהם געגעבּען אַ רוּף, אַז ער זאָל זיין אַגעשװאױרענער. אַ פוֹלֶער לוּח מיט טערמינען וועקסלען צוּ צאָהלען, אוּן דאָ, אין מיטען דערינען -- אַזאַ אומגליק! ער האָט זיך געװאָלט אַרױסמאַכען דערפון, אָבּער ער האָט זיך אַרײנגעכאַפּט אוּנוויסענדיג. אַז דער ריכטער האָט איהם געפרעגט: ,גלױבּט איהר אין טױט:שטראָף?? -- האָט ער מורא געהאַט צוּ זאָגען, אַז ער גלױבּט נישט, כּדי ער זאָל דוּרך דעם נישט אויסקיקען, װי אַ רע. װאָלוּציאָנער, אוּן מיט'ן געריכט איו נישט גוּט זיך ָנוויבעי האָט ער געענטפערט : ,אַוודאי גלויבּ איך, וען אַ מערדער בּעפאַלט דיך אין גאַס,; נעהמט צױּ דיין געלד און הרג'עט דיך--אַודאי קוּמט איהם טויט:שטראַף,"
די פערטיי דיגוּנג האָט אין איהם געזעהן אַ גוּטען געשוואוי: רענעם. ערשטענס, האָט זי אהן זיין נאָזן דערקענט, אַז דער יד גלױיבּט נישט אין טױט:אוּרטײי?, אוּן, צווייטענס, האָט זי גערעכענט אויף ,ראַסען:סענטימענטען", װאָס עס הערשט בי יוּדען; אַז איין יוּד װעט דעם אַנדערן נישט שיקען איפ'ן עלעקטרישען טױט. שטול,.,
דער קליינער פינאַנץ:בּעאַמטער, וועלכער האָט געזעהן אַלדאָס: שלעכטס שטאַמען פוּן עװאָלל-סטריט?, האָט, װי שוין געזאָגט,זיין מיינונג געהאַט אָפּגעמאַכט פּוּן פריהער, אוּן עס איז געװאָרען זיין ליידענשאַפט צוּ שיקען סטאָוּנ'ען אויפ'ן ,עלעקטריק:טשערא. זילבּערשטיין, װועמען זיין יודיש האַרץ האָט נישט צוּגעלאָזט צוּ נעמען אוּן טױטען אַ מענשען אוּן נאָך דערצוּ אַ יוּדען, אַז ער. האָט דערזעהן, אַז עס שמעקט מיט טויט, האָט ער אָן אַלע זיינע אינטערעסען פערגעסען, אָן אַלע זיינע װעקסלען, אוּן געלעבּט מיטן פּראַצעס. דער בע. שולדיגטער איז איהם אָנגעגאַנגען מעהר װי אַלעס. ער האָט זיך געאַמפּערט מיט די קאָלעגען, אוּן װי וייט זיין ענגליש האָט איהם
שלוט אש 79
געדיענט, האָט ער איהם פערטיידיגט אוּן נישט צוּגעלאָזט צוּ קיין פערברעכען, העלפענדיג זיך דערביי מיט זייגע הענד אוּן בּעװע: גוּנגען. װען עס האָט שוין גאָרנישט געהאַלפֿען, האָט ער גערופען צוהילף זיינע טרערען. דער מעקלער, װידער, האָט געפּרואװט שטעהן צווישען די בּיידע. ער האָט עס געװאָלט מאַכען ,פיפטי. פיפטי?, די איבּעריגע געשװאָרענע האָבּען קיין אייגענע מיינונג נישט געהאַט. זיי זענען מיטגעשלעפּט געװאָרען אַמאָל מיט דער ריכטוּנג, אַמאָל מיט דער אַנדערער,
עס איז שוין די דרייצעהנטע שעה, װי די געשװאָרענע זענען געזעסען פערמאַכט אין זייער בּעראַטונגס:צימער, אוּן האָבּען אַלץ נישט געקענט קוּמען צו קיין איינהייטליכען בּעשלוּס װעגען דעם גורל פוּן מיסטער סטאוּן, :
דוּרך די אַכט טעג, װאָס עס האָבּען געדערט די אונטער: האַנדלוּנגען פוּן געריכט, זענען זי געװאַרען שוין אַזױ אויסגע: מוּטשעט, אַז עס האָט זיך זיי געדאַכט, אַז עס װעט גענוּג זיין פינף מינוט, אוּן זי װעלען זייער אוּרטייל אַרױסגעבּען : אַהין אָדער אַהער, אַבּי נוּר פּטוּר צוּ וװוערען פוּן דעם קאָשמאַר, אין װעלכען זי האָבּען זיך געפונען דוּרך דער צייט פוּן די געריכטס-אונטער: האַנדלונגען. דאָס געשעהעניש אַליין איז זיי פון די אוּנטערהאַנד; לוּנגען פוּן געריכט נישט קלערער געװאָרען. פערקעהרט, נאָך מעהר פערטונקעלט. װעגען דער עצם זאַך אַלײין, צי סטאוּן איז יאָ שוּלדיג, אָדער נישט שוּלדיג -- װועגען דעם האָט זיך, אייגענטליך, דוּרך די גאַנצע צייט פון די געריכטס:אוּנטערהאַנדלוּנגען נישט געהאַנדעלט, דער גאַנצער ויכּוּח צווישען דער פערטיידיגונג און דער אָנקלאַגע, אוּן צווישען זיי בּיידע מיט דעם ריכטער, האָט זיך געדרעהט עפעס וועגען זייטיגע זאַכען, װאָס האָט די געשװאָרענע אַװי די קעפ פערדוּלט, אַז זי האָבּען זיך נישט געקענט אַרויסדרעהען פוּן דעם לאַבּירינט,. אין וועלכען די אוּנטערהאַנדלוּנגען האָבּען זי אַרײג: געבּראַכט,
זי האָבּען בּעדאַרפט ענטשיידען, אױיבּ אַ מענטש קען אייפער. זיכטיג זיין נישט בּלויז אויף זיין אייגען װײבּ, נור אויך אוף אַ ווילד פרעמדע פרוי, װאָס ער זעהט זי צוּם ערשטען מאַל; זײ
50 | טויט:אורטײל האָבּען בּעדאַרפט ענטשיידען, אוב די צװיי בּלויע פלעקען, װאָס האָבּען זיך בעוויזען אונטער דעם אוער פוּן דעם ערמאָרדעטען? איז אַ פאָלגע פוּן אַ בּלוּט:דרוּק פוּן אונטערץ האַרץ, װי די אָנקלאָ: גער האָבּען געװאָלט האָבּען, אָדער עס איז פוּן דעם קלאַפּ פוּן די אייזענס, װי די עקספּערטען פוּן דער פערטיידיגונג האָבּען געזאָגטי אייניגע פוּן זי זענען אליין געווען אויף דעם אָרט, אין האָטעל* צימער, װאוּ עס איז געשעהן די טראַגעדיע, -- כּדי אױיסצוּמעסטעז מיט זייערע אייגענע לײבּער די ווייטקייט פוּן דער טהיר צוּם קאַמין' אויך פוּן די גרויסע מעדיצינישע פאָרטראַגען, װאָס עס האָבּען גע: האַלטען די עקספּערטען, זענען די געשװאָרענע גישט קליגער גע: װאָרען אין דער עצם זאַך, גוּר זיי זענען נאָך נאַרישער געװאָרען. ענדליך זענען זײערע נערווען אוּן זייערע געפיהלען מיטגעצויגען געװאָרען שטענדיג מיט דעם לעצטען אוּן מיט דעם בּעסטען רעדגער, האָט דער אָנקלאָגער אויסגערומען, ווייזענדיג מיט דער האַנט אויף דער אין טרויער געקלײידעטער פרוי, צוּ װעמען אַלעמענס אויגען זענען געווען געריכטעט מיט סימפּאַטיע אוּן מיטלייד : ,דאַמאָלסט, װען די פרוי (האָט דער אָנקלאָגער אָנגעװיזען מיט דער האנד אויף מיסעס סטאָוּן) האָט אָנגעצוּנדען מיט איהר האַנד די ליכלעך אין דעם געבּורטס:קוּכען פוּן איהר געליעבּט קינד, האָט זיך דער פאָטער פוּן דעם קינד געפוּנען אין אַ געזעלשאַפט פוּן אַנ'אױס: געלאַסענער פרוי, אין געגענװאַרט פוּן זיין ערמאָרדעטען קרבּן !"-- זענען די געשװאָרענע געװאָרען אָנגעצוּנדען פוּן די רייד, אוּן זי װענען די מינוּט גרייט געװען אַרױסגעבּען אַן אוּרטײיל?;: טוט ! װען, װידער, דער בּעריהמטער פערטיידיגער האָט מיט זיין האַנד אָנגע: וויזען אויף דעם איינגעבּויגענעם בּעשולדיגטען אוּן אויסגערוּפען ָמִיט פּאַטאָס : ,דער מאַן האָט געבּויט דעם טעמפּעל פוּן זיין לעבּען מיט זיינע אייגענע הענט, אוּן מיט זיינע אייגענע הענט האָט ער ;ְאֵיהֶם צוּשטערט!* -- זענען די אױגען פוּן די געשװאָרענע פער. לאָפּען געװאָרען מיט טרערען אויס רחמנות מיט דעם בּעשוּלדיג: טען. אוּן װען זײ זענען דאָך ענדליך צוּזאַמענגענוּמען אַרױס. צוּבּרענגען דעם אוּרטײי? איבּער דעם מענשען, האָבּען זי קיין מלאָרען בּעגריף נישט געהאַט, צי דער מענטש אין שולדיג, אַדער אוּנשולדיג, זיי זענען געװוען בּעקאַנט מיט דעם קלעגסטען
שלום אַשׁ - 81
דעטאַל פוּן דעם קרבּן אוּן פון דעם מערדער'ס לעבּען, אָבּער דאָס, װאָס עס האָט זיך אָפּגעטאָן אין האַרץ פון דעם בּעשוּלדיגטען! אין דעם קריטישען מאַמענט פוּן דעם אַכטען אױגוּסט -- פוּן דעם האָבּען זי קיין בּעגריעף נישט געהאַט. | == אַטײל פוּן זי זענען שוין מיעדע אַנטשלאָפען געװאָרען איך. די פאָטער-שטוהלען, אָנגעלעהנט די פיס אויף די טישען. אַנדערע; הייזעריגע, האָבּען צוּם הונדערטסטען מאָל איבּערגעקייט די אַרֹגוּ, מענטען פוּן זייערע אָנפיהרער פאַר אָדער געגען דעם אָנגעקלאָג? טען, איינמאָל זענען זי שוין געװען אַזױ איבּערצייגט פוּן די,' וועלכע האָבּען איהם בּעשולדיגט, אַז זי זענען גרייט געווען שוין אַרױסצוּבּרענגען דעט פּסק:דין. האָט אָבּער מיסטער זילבערשטיין! אָנגעהױבּען צוּ װיינען מיט טרערען אוּן געבעטען רחמנות אויף אַ מענשען, אוּן קלאַפּענדיג זיך אין הארץ, האָט ער געשװאָרען פאַרּ; גאָט, אַז ער װעט מיט זייגע הענד נישט טויטען אַן אוּנשוּלדיגעןך מענשען, האָבּען די װערטער געמאַכט אַזאַ איינדרוק, אַז אַ טײשן פוּן די געשװאָרענע זענען מיטגעריסען געװאָרען, אַנ'אַנדערש מאָל, זענען זיי שוין געװען אין גאַנצען פאַרטיג : גענייגט צוּ די, וועלכצ האָבען איהם פערטיידיגט, האָט זיך װידער אינגעשפּאַרט דעח פינאַנץ:בעאַמטער, װעלכער האָט געזאָגט: ,ער װאָלט איהם אַלצ מוחל געוען, נוּר דאָס, װאָס ער האָט עס געטאָהן אין דעם טאָם פוּן זיין קינד'ס געבּורטסטאָג, דאָס קען ער איהם נישט מוחל זיין"צ אוּן דער אוּנגליקליכער אַכטער אױגוּסט, דער טאָג פוּן זיין קינד'ס געּורטס:טאָג, איז געװען אַזא שלאָגענדיגער בּעװוייז פאַר זיין שולדיגקייט, װאָס דאָס האָט קיינער נישט געקענט אָבּװענדען ענדליך, נאָך דער דרייצעהנטער שעה, װען אַלע זענען שוין אַזוײ אויסגעמוטשעט געװען, אַז זי האָבּען זיך קוים געהאַלטען אין דײַ פאָטער:שטוהלען, האָט זיך אויפגעהױיבּען מיסטער בּרוינער, דעת ,בּראָקער" פוּן ,װאָלל-סטריט", אוּן האָט געהאַלטען אַזאַ רעדע: ;דזשענטעללײיט -- זאָגט ער -- דער בּעסטער װעג אַזעלכצ זאַכען צוּ פערענדיגען איז אויף אַ ריינעם בּיזנעס:וועג. מיר זעגען אַלע בּיזנעס:לייט און מיר בּעדאַרפען די זאַך ערלעדיגען אויף א בּיזנעס:װעג, איך געם אָן, װי אין יעדען געשעפט, , פיפטי-פיפטי".
:5 ם סויט. אוּרטײל פופציג פּראָצענט איז דער מאַן שוּלדיג, פופציג פּראָצענט איז ער נישט שולדיג. דוּרך דעם דאַרף די שטראָף,אויך זיין אַזױ, קייגער װיל נישט, אַז דער מאַן זאָל געהן אויפין עלעקטריק:טשער, קיינער יל אויך נישט, אַז דער מאַן זאָל אָפּקומען מיט אַ גאַרגישט פאַר זיין פערבּרעכען, אוּן זאָל אין צוויידריי יאָהר ארוּם קענען זיך פריי װוידער אַרומדרעהען צווישען אוגז, ווען אייגער פוּן אוּנז װאָלט אַזאַ פערבּרעכען בּעגאַנגען אוּן די געשוואוירענע װאָלטען אַרױסי געטראָגען דעם אורטייל פוּן ,שולדיג", צי מען װאָלט יאָ געװאָלט, צי מען װאָלט נישט געװאָלט, װאָלט ער זיך געצאַפּעלט אויף די שטריק. אָבּער אַזעלכע מענער, װי מר. סטאָון, הענגען נישט. דער" פאַר איז ער צוּ רייך, האָט נישט קיין מורא, זיינע אַדװאָקאַטען וועלען איהם שוין אַרוסנעהמען פוּן דעם טייוועל'ס הענד. מיט דעם איינפלוס, װאָס מר., גריגאָרי, זיין אַדװאָקאַט, האָט אין זיין פּאַרטײ, וועלכע איז יעצט די רעגירענדע -- דענקט איהר, אַז ער װעט לאָזען זיין קליענט געהן אויפ'ן עלעקטריק:טשער? דער גוי בּערנאַטאָר איז זיינער, דער פּרעזידענט איז זיינער, אוּן די בּעגנע: דיגוּנג איז שוין פּון פריהער אוּנטערגעשריבּען, ווען איהר װעט שיקען סטאָונ'ען אין געפענגעניש אַרײין, זייט זיכער, אַז אין אַ יאָהר אַרוּם אין ער װידער אויף האָלל:סטריט. ווען איהר זאָלט איהם שיקען אויפץ עלעקטריק:טשער, קען מען אַמװעניגסטען רעכענען, אַז אייניגע יאָהר װעט ער דאָך בּלייבּען אין געפענגעניס. אוּן דאָס ווילען מיר אַלע, זאָלען מיר איהם געבּען צו פערזוכען דעם טעם פוּנ'ם בּעכער; אַז נישט, װעט ער גאָרנישט חרטה האַבּען אויף זיין פערבּרעכען. איהר בּרענגט גוּר אַרױס דעם פּסק, אוּן פערלאַזט זיך אויף סטאָוג'ס געלד אוּן אויף דעם איינפלוס פוּן זיינע אַדװאָקאַטען!? אַז זיי וועלען איהם שוין ראַטעװען, נישט נוּר פוּן אוּנזער פּסק:דין, נור אָפילןּ פוּן דעם טייוועל'ס הענד. איך ווייס, װאָס איך רעד!" די געשוואוירענע זענען געווען דאַנקבּאַר דעם בּראַקער, װאָס ער גיט זיי די געלעגענהייט ענדליך אַרױסצוקריכען פוּן דעם אוג: היימליכען צימער, אין װעלכען זיי האָבּען זיך געפוּנען הונגעריגע אוּן מידע. דאָס איז אייגענטליך געװוען, װאָס אַלע האָבען געװאָלט. אָבּער דער יוּד איז נאָך אויף דעם נישט בּעשטאַנען. ער האָט זיך
שלום אַש , 83
נאָך געװאַקעלט אוּן געװאָלט וויסען, צי מיסטער בּרוינער איז זיכער, אַז דער גוּגערנאַטאָר װעט אוּנטערשרײבּען די בּעגנעדיגונג,
דאַ האָט מיסטער בּרױינער גענוּמען זילבּערשטיינ'ען אין אַ. וינקעל און ער האָט איהם איינגערוימט:
-- איך גיבּ דיר מיין װאָרט אוּן האָנאָר, אַז די מענשען האָ: בּען שוין דעם גוּבּערנאַטאָר'ס ,בּעגנעדיגוּנג" אין טאַש, דוּ קענסט נישט ,װאַלל-סטריט", אוּן דוּ װייסט נישט װאָס דאָס איז.
מיסטער זילבּערשטיין האָט טאַקע נישט געקעגט װאָלל:סטריט אוּן נישט געװאוּסט װאָס דאָס איז. האָט ער זיך געטראַכט: ,װער ווייסט, אַ וועלט זאָגט: ,װאָלל:סטריט", מון דאָס טאַקע אמת זין, אפּשר האָט טאַקע ,װאָלל:סטריט? אַזאַ כֹּה! ... אוּן, איבּעריגענס, האָט ער מורא געהאַט, אַז מען זאָל איהם נישט חושד זיין אין צוֹ: פיעל רעװאַלוציאַנערישקײט...
דאָס האָט געגעבּען די געלעגענהייט די געשוואוירענע פּטוּר צו װערען פוּן זיעם קאָשמאַר, אין וועלכען זיי האָבּען זיך געפונען זייט אַכט טעג.
אַז דער געשואוירענער מעקקענלײי האָט אָבּגעענטפערט אויפין ריכטעריס פראַגע מיט אַ קלאָרע אוּן שטאַרקע שטימע: ,שוּל דיג אין בּייזוויליגען מאָרד", איז דער בּיז צו היסטעריש אָנגע: שטרענגטער עולם אין זאָל אויפגעטרייסעלט געװאָרען פאַר איבּער* ראַשונג. אַ טויטע שטילקייט האָט געהערשט אין געריכט, װי אין אַ צימער פוּן אַ שטאַרבּענדען. די אַדװאָקאַטען -- בּלייך -- האָבּען זיך אָנגעקוּקט איינער דעם אַנדערן. אַפילוּ די אָנקלאָגער זענען דער: שראָקען געװאָרען פּאַרץ אורטייל. פּלוצלינג האָט זיך אין דער שטילקייט דערהערט אַ וויינענדיגע, היסטערישע װייבּערשע שטימע. דאָס איז די שװאַרץ:געקלײידעטע מרס. סטאָון געפאַלען אין די אָרעמס פוּן איהר פריינד, מיסטער קראָז, אויסרוּפענדיג היסטעריש:
-- דאָס האָבּ איך נישט געװאָלט:.
עב" וב ערעטלע :ול
9
סטאָוּן האָט אויפגענומען זיין אוּרטייל מיט אַ װאוּנדערבּאַרער רוּהיגקייט אוּן גלייכגילטיגקײט, װאָס האָט פערוואונדערט אוּן ער שטוינט אַלֶע, װאָס זענען געװען דערביי. ער האָט געװאָרפען אויף זיין װיײבּ, גיכער אויף מיסטער קראָז, אין װועמענס אָרים זי איז געזוּנקען אַ אָהנמעכטיגע, אַ שפּאָטיש לאַכענדיגען בּליק, פערקריי מענדיג דערביי זיין אױבּערשטע ליפּ (װאָס האָט איהם נישט געי מאַכט זעהר סימפּאַטיש),. ער איז געװאוינט געװען צוּ בּעשענקען מיט אַזעלכע בּליקען די, װעלכע האָבּען איהם געװאָלט אָבּנאַרען אין בּיזנעס, אוּן ער האָט זי געכאַפּט בּיי דער האַנד. דאַן האָט ער, מיט אַ געוויסער קאַלטקייט, זיך געזעגעגט מיט זיינע אַדװאָקאַ טען, אוּן ער איז אָבּגעפיהרט געװאָרען צוּריק אין זיין קאַמער.
סטאָוּן האָט זיך געהאַט געריכט דערויף. זיינע אַדװאָקאַטען האָבּען איהם פאָרגעברייט, אַז חאָטש טויט:אורטייל איז כּמעט אויס. געשלאָסען אין זיין פאַל -- נוּר אין אַ געריכט פוּן געשוואוירענע מוּז מען אויף אַלעם זיין פאָרגעבּראַכט, אָבּער ער זאָל זיך גאָר נישט מאַכען דערפוּן, -- װייל דאָס העכסטע געריכט מוּז אָבּװאַר: פען דעם פּסק:דין. דאָך קאָן מען נישט זאָגען, אַז דער אוּרטיי? איז געקוּמען פאַר איהם אָהן איבּערראַשונג. יאָ, ער איז נישט נאָר ערשטוינט, נוּר שרעקליך איבּערראַשט געװאָרען צוליעבּ דעם אור. טייל, אוּן װען ער האָט בּעהאַלטען די רוּהיגקייט אויפ'ן געזיכט, -- איז עס געוען דערפאַר, ווייל סטאָונ'ען האָט זיך אַלץ געדאַכט, אַו
)64(
שלום אש 853
דער טויט:אורטייל איז נישט געװאָרען אַרױסגע עבּען איבּער איהם, נאָר איבּער אַ גאַנץ אַנדערען מענשען.
ער האָט אין אָנפאַנג נישט געקענט בּעגרייפען, אַז דאָס האָט מען איהם פעראורטיילט צוּם טויט. מען מוּז זאָגען, אַז סטאָון האָט זיך נאָך בּיז איצט גישט געפונען שולדיג אין קיין זאַך. דאָס, װאָס ער האָט געטהאָן -- איז געװען אזי איינפאַך, אַזױ געועהנליך אַנגענוּמען צו טהאָן פון יעדען איינעם, אַז ער האָט גאָרנישט גע. פוּנען קיין אוּרזאַך אינערליך חרטה צוּ האָבּען איבּער דעם, װאָס ער איז בּעגאַנגען, אָדער צוּ פהילען זיך אין עפּעס װאָס שולדיג, ער האָט געהאַלטען דאָט גאַנצע געשעהעניש פוּן אַכטען אױגוסט פאַר אַ אומגליק, אָבּער נישט פאַר קיין פערברעכען, פוּנקט אַזי װי מען קען נישט האַלטען פאַר קיין פערבּרעכען, װען אײנער צובּרעכט אַ פוּס. דעם טױט:אוּרטיי? אַליין האָט ער אָנגענימען טאַר אַ פאַרטזעצונג פוּן די פיעלע שמערצליכע אוּן קרענקליכע בּטלייךל, גוּנגס:געפיהלען, װאָס ער האָט אַדורכגעלעבּט דוּרך דער גאַנצער צייט פון פּראָצעס, דורך װעלכען מען האָט געהאַלטען אין אין אַרױסשלעפען פאַר דער עפענטליכקייט די אינטימסטע אוּן פער. בּאָרגענסטע סודות פוּן זיין לעבּען. ער האָט זיך געהאַלטען אין איין וואונדערן: צי איז נישטאָ קיין גרעניץ צום געועץ? צי איז דער מענש טאַקע אַזֹי הפקר פרײי געגעצען דערפאַר, װאָס עס האָט איהם אַ אוּמגליק געטראָפען, אַז מען קען נעהמען אוּן פּאַלמעטען זיין לעבּען פאַר דער עפענטליכקייט! װאוּ איז אוּנזער בּעזונגענצ פרייהייט? פאַרװאָס שווייגען אונזערע פּאָליטיקער, אונזערע אַדװאָ קאַטען? פאַרװאָס רוּפט זיך די פּרעסע נישט אָבּ װעגען דעם!
דורך דער צײיט פוּן די געריכטט;אונטערהאַנדלונגען איז סטאָוּן געװאָרען אויסגעמוטשעט פוּן דער שרעקליכער דענער. װוירענדער, בּיז משוּגעת טרייבּענדער אָנשטרענגונג, אַז ער האָט בּעגויסט יעדען אױסגאַנג פוּן פּראַצעס, װאָס {ס זאָל נישט בּרעני גען, אַבּי נאָר עס זאָל אַנ'ענדע מאַכען צוּ דעם גהינום'שען פייער, אין װעלכען ער האָט זיך געפונען, צוּ שטעהן אוּנטער אַ שיין. װאָרפער דוּרך דער גאַנצער צייט פאַר דער אױפּמערקזאַמקײט פון דער עפענטליכקייט. בּאַלד, װי מען האָט איהם צוריקגעבּואַכט אין
6 סויט:אורטײל
זיין קאַמער אַרײן, האָט ער בּעגריסט זיין געלעגער אוּן געװאָרפען זיך דערויף: דער פיזישער הוּנגער פוּן זיין קערפּער איז שטאַרקער געװען פוּן זיין גייסטיגען צוּשטאַנד. איז ער בּאַלד אַרײנגעפאַלען אין אַ שווערען שלאָף, אין וועלכען ער האָט זיך געפוּנען אָהן חלום, אָהן שטערונג אַ גאַגצע נאַכט, בּיז דער װעכטער האָט איהם אוים: געװעקט אויפ'ן צווייטען טאָג,
ערשט צוּימאָרגענס, װען ער האָט זיך אויפגעהויבּען אַ אויס. גערוּהטער, איז ער אוּמשטאַנד געװען צוּ בּעגרייפען, װאָס סאיז געשעהן מיט איהם אוּן אוּנטער וועלכער געפאַהר ער געמינט זיךי ער האָט זיך אָבּער געפיהלט אַזױ געזונד, אי קערפּערליך, אי גייס. טיג, אַזױ רוּהיג אין זיך, אַז ער האָט זיך בּאין אופן נישט געקענט פאָרשטעלען, אַז עס איז געשעהן מיט איהם עפּעס אַזעלכעס, צוּליעב וועלכען ער מוּז שוין אין אַ גאַנץ קוּרצע צייט שטאַרבּען.
דער טוט איז אין דער מינוט געװען אַזױ װייט פוּן איהם, אַזױ אונפערשטענדליך אוּן אוּנבּעגרייפליך, אַז נישט ער האָט מורא געהאַט פּאַר איהם אוּן נישט ער האָט בּעדאַרפט געדענקען אָן איהם, -- אָבּער אַלעס אַרוּם איהם האָט איהם דערמאָהנט, אַז עס איז געשעהן מיט איהם אַ ענדערוּנג. שוין די קאַמער, אין ועלכער ער האָט זיך געפונען, -- עס איז נישט געװען דאָס צימער, אין װעלכען ער האָט זיך געפוּנען בּיז איצט --- אַ ריין בּעקוועם צימער -- נוּר אַ ענגע אוּן אַ נידעריגע שטייג, מיט זעהר קאַרגליך ליכט, וועלכע האָט קוים אַרײנגעשפּאַרט אונטער די שװערע בּעשטעלטע אייזענס. עס האָט אויסגעזעהן, װי אין דרויסען איז נאָך נישט טאָג געװאַרען. ער איז צוּגעגאַנגען צוּם פענסטעריל אוּן געװאָלט אַרױס* קוּקען, געפונען האָט ער אַ אייזערנע בּלעך, װאָס פערשטעלט איהם דעם טאָג:שיין, דאַן האָט ער מיטאַמאָל ענטדעקט, אַז מען האָט פוּן איהם צוּגענוּמען אַלצדינג, מיט װאָס ער קען מאַכען אַנ'ענדע ! צוּ זיין לעבּען, אַז די הויזען לאָזען זיך אַראָבּ בּיי איהם װײל ער האָט נישט קיין הויזען:טרעגער אוּן נישט קיין פּאַסעק. אַז עֶר האָט דאָס ענטדעקט, האָט ער געשמייכעלט: ינוּר דערפאַר האָט איהר נישט װאָס מורא צוּ האָבּען -- איהר װעט עס טהוּן פאַר מיר",. עס איז איהם אויך געװען פּײנליך די האַלטונג פון די
ש לום אַשׂ 87
וועכטער. ער האָט זיך מיט אַמאָל געזעהן אַרוּמגערינגעלט מיט גאַנץ אַנדערע טענשען, צוּ װעלכע ער האָט זיך נישט געהאַט צוגעוואוינט. עס איז געװען גישט בּלויז די אוּנבּעקאַנטשאַפט, װאָס האָט איהם געשראָקען פאַר די נייע װעכטער -- נוּר זייער האַלטען זיך. בּיז איצט האָבּען זיך די וועכטער בּעצויגען צוּ איהם נײטראַל, פריינדליך אַפּילוּ, װאָס האָט איהם געמאַכט אָפּטמאָל פערגעסען אָן דעם אָרט, אין ועלכען ער געפינט זיך. די נייע װעכטער -- חאָטש קאָרעקט, זענען געװען קאַרג אין װערטער אוּן שטרענג אין זייער טאָן.
דער טאָג האָט זיך גערוקט, אוּן צוּ סטאָונ'ען איז קיינער נישט געקוּמען. ער האָט זיך געװאונדערט, פאַרװאָס מען זעהט נישט זיינע אַדװאָקאַטען, װעלכע פלעגען איהם טאָג טעגליך בּעזוּ, כען, די שעה'ן זענען געקראָכען אוּן ער האָט נישט געװאוּסט װי שטעט עס איז. ער האָט ערשט איצט בּעמערקט, אַז מען האָט בּײ איהם צוּגענוּמען דעם זייגער. אוּן דוּרכ'ץ פענסטער קען ער אויך נישט ויסען װי שפּעט עס איז. ער פערשטעהט, אַוּ אין דרויסען מוּז זיין טאָג, --- אַרבּייטס:שטוגדען -- אין דעם טעמפּען גערויש, װאָס הערט זיך פוּן דער גאַס. אָבּער װי שפּעט איז עס! צי איו עס אין דער פריה צי שוין פאַרנאַכט? ,אין װאָס פאַר אַ קאָמישער לאַגע געפין איך זיך צוּ לעבּען אוּן נישט צוּ װיסען, װי שפּעט עס איז?"
נאָר די פּיינליכסטע זאַך פאַר סטאָוּנ'ען אין דעם צו-מאָר. גענס נאַך זיין פעראוּרטיילונג איז געװען דאָס, װאָס ער האָט נישט געהאַט װאָס צוּ טהוּן: צוּם ערשטען מאָל אין זיין לעבּען, לעבּט ער אַדוּרך אַ גאַנצען טאָג אוּן ער האָט נישט װאָס צוּ טהון. סטאָוּן איז געװאָהנט געווען צוּ אַרבּײיטען, שטענדיג האָט זיין קאָפּ געאַרבּײט. אַפּילו דורך דער גאַנצער צייט, װאָס ער איז געזעסען אין אױספאָרשונגס:טורמע, װ אַרטענדיג אויף די געריכטס:אוּנטער: האַנדלוּנגען, האָט ער איך געאַרבּײט. קיין איין מינוּט האָט ער נישט אויפגעהערט איבּערצוּקלערען, איבּערצוּלעגען, אָבּצוּוועגען אוּן אָכּצוּמעסטען אין זיין מחשבה די טריט פון דער פערטיידיגונג, אוּן דאָ זיצט ער שוין אַ גאַנצען טאָג, ער איז פעראוּרטיילט צוּם
88 טויט . אוּרטײל
טוט אוּן ער טהוּט גאָרנישט, טראַכט גאָרנישט אוּן ווייסט גאָרנישט, װאָס עס טחוּט זיך אין דער אויסערליכער װעלט. |
-- גאָט, איך בּין אַ פעראורטיילטער מענטש, פאַרװאָס שווייג איך ? עס איז דאַך אַ שאָד די צייט. די שטריק ליגט דאָך איבּער מיין האַלן!
אָבּער דאָס זענען גאָר געװען אויסערליכע װערטער. נישט ער האָט זיי אַרױסגעזאָגט אין זיך, נאָר עס זאָגט זיי װער אַרױס, װי איהם אֶבּצושרעקען, ער האָט נישט געקלערט פוּן קיין פערטי: דיגוּנג, ער האָט נישט מער געקענט קלערען פוּן זיין פּראַצעס. דער גאַנצער פּראָצעס האָט זיך פוּן איהם אָכּגערוּקט אוּן ער האָט גאָר: נישט געװאָלט אָנהױבּען קריכען אין קאָפּ אַרײן,
-- די בּעסטען זאַך װאָלט געווען, װען איך קאָן זיך איצט אַראָבּכאַפּען אין מיין בּיוּראָ אַרײן,
דוּרך דער גאַנצער צייט פוּן פּראָצעס ביו איצט האָט סטאון נישט געהאַט קיין בּענקשאַפט נאָך זיין בּיוּראַ, נאָך זייגע. געשעפ: -טען, װי אין דעם טאָג נאָך זיין פעראורטיילונג. ער האָט געהאַט עפּעס אַ געפיהל, אַז איצט האָט זיך דאַך שוין דער פּראָצעס פער: ענדיגט, אַלצדינג האָט זיך שוין אויפגעקלערט --- זיי ווייסען דאָך שוין אַלעס, װאָס זיי האָכּען געװאָלט װיסען, אוּן פאַרװאָס האַלטען זי נאָך מיך דאָ ? פאַרװאָס לאָזען זײי מיך נישט צוּריק צוּ מיין אַרבּײיט ? אין קאָפּ האָט זיך איהם דוקא, װי אויף להכעיס, געפּלאָג: טערט רעשטען געדאַנקען װעגען געשעפטען, געלד:טראַנואַציעס, קאָאָפּעראַציעס, בּאַהנען -- געדאַנקען ועגען זאַכען, װאָס האָבּען געבּלאַנדזשעט אין דעם חלל פוּן זיין מחשבה. אוּן די געדאַנקען וועגען די געשעפטען פוּן זיין אַמאָליגער פרייער צייט האָבּען איהם אַרײינגעפיהרט אין זיין װאַרימער שענער היים. ער האָט געזעהן זיין עס:צימער, די אַלטע ענגלישע טשאַרידאָן-מעבעל, דער שטאָלץ פוּן זיין הויז, װאָס ער האָט מיט אַזױ פיעל פרײיד אויפגעזוכט דוּרך זיין מעבּעל:אַגענט שטיק בּיײי שטיק. ער האָט דערזעהן דעם פרעהליכען, גרינעם בּריסעלער װאַלד:גאָבּעלין, װאָס הענגט אין זיין עס:צימער, -- ער האָט זיך דערמאָנט אָן זיין פרוי, אָן
ש לום אַשׁ 89
זיין קינד, אוּן געװאונדערט זיך, פאַרװאָס ער הװאָט, אייגענטליך, בּיז איצט גאָרנישט געקלערט װעגען זײ.
אויף זיין פרוי איז ער נישט מעהר בּייז געװען -- אוּן עס האָט איהם װידער געואונדערט: ,פֿאַרװאָס בּין איך נישט בּייז אויף איהר 1 צוליעב איהר, אוּן נוּר צוליעבּ איהר, איז דאָך דאָס גאַנצע אומגליק געשעהן, זי האָט דאָך מיין הויז רואיגירט, זי האָט דאָך מיין הוי! געבּראַכט צוּ דעם, װאָס עס איז געװאָרען, און נאָך |דעם אַלעם איו ער נישט בייז געװען אין ער המָט נישט געפיהלט קיין שנאה צוּ איהר. ער האָט אויסגעפונען, אַז עס איז יעצט זעהר אנגענעהם צוּ קלערען, צו דערמאָהנען זיך אין אַלצדיגג, װאָס האָט אַ שייכות מיט זיין היים, -- צוּ קלערען װעגען די מעבּעל, צן דערמאָהנען זיך אין די פערשידעגע אַװענדען, װאָס ער האָט איפער. לעבּט מיט זיין פּאַמיליע, אוּן ער האָט זיך איבערגעגעכען צוּ די געדאַנקען װי אַ שיכּור צו שכּרות,
פּלוּצלונג האָט ער זיך דערמאהגט, אַז דאָס אַלץ איז שוין פערבּיי, אַז דאָס אַלץ איז געווען און עס װעט שוין קייגמאָ? גישט צוריקקעהרען, קינמאָל מעהר װעט ער גישט זעהן זיין עס-צימער, קיינמאָל נישט מעחר װעט ער זיצען בּײ זיין טיש צוּם עסעף קײינמאָל מעהר װעט ער שוין גישט שלאָפען אין זיין בּעט. זין װאָהנוּנג װעט איבערבּליבּען, אויך זיין פרוי אוּן זיין קינד װעלען זיין אין זיין װאָהנוּנג -- גוּר ער װעט נישט זין,
-- אוּן וואוּ װעט ער זײן)
ער װעט נישט דאַ זיין. זיינע הענד אוּן פיס, זיין לייבּ, -- דאָס װאָס אין -- ער -- װעלען נישט זיין מעהר, װעלען גישט לעבּען מעהר, ועלען זיין אַש.
-- גיין, גיין -- האָט ער זיך דערפון אָבּגעשאַקעלט -- די וועלט איז דאָך נישט משוגע, זיי װעלען דאָך מיך נישט הרג'ענען, אין בּין דאָן אַניאוגשולדיגער מענש, זי װטלען דאָך נישט אוּני טערבּרענגען אַנ'אוּנשוּלדיגען מענש דערפאַר, װאָס דער אַנקלאָגער האָט געהאַלטען אַ גוּטע רעדע? גיין, ביין! |
ער האָט געװאוּסט, אַז עס מוו עפּעס װאָס געשעהן. די וועלט װעט גישט צולאָוען, דאָט לאַנד, די שטאָדט, זיינע פריינד'
50 טויט:אורטײל *
די נעָהנטע זיינע, וועלכע קענען איהם, װעלכע װײסען װאָס ער האָט געטהון בּיז איצט. ניין, ניין, מען װעט נישט צוּלאָזען, -- אוּן דער גוּבּערנאַטאָר, דער פּרעזידענט -- גײן, ניין, זיי װעלען נישט טויטען קיין אוּנשוּלדיגען מעגש, | ער האָט זיך געפּרוּאװט טאָרשטעלען: װאָס דען װעט זיין!-- איך װעל לעבּען. יאָ, זיי װעלען מיר שענקען דאָס לעבּען, נוּר איך װעל ערגעץ:ואוּ זיין פערשטעקט -- אַרבּײיטען אין אַ שטין. פעלד, -- איך װעל אַרבּײטען מיט מיינע הענד} -- אודאי װעל איך אַרבּײיטען. פאַרװאָס זאָל איך נישט אַרבּײטען?
;אָבּער אין מיין שטוּבּ װעל איך נישט מעהר זיין. איך װעל נישט מעהר אין מיין לעבּען קוּמען אין מיין בּיוראָ אַרײן, קיינמאָל שוין מעהר נישט זיצען בּיי מיין שרייבּ:טיש -- אין בּין שין נישטאָ. קיינער װעט נישט וויסען, װעט זיך מעהר נישט פעראי: טערעסירען מיט מיר -- װאוּ איך בּין, װאָס איך טהוּ, קיינער װעט. זיך מעהר נישט פרעגען: װאוּ איז מיסטער סטאָון?*
=--- סטאוּן! סטאָוּן!" -- ער האָט געפּרואװט צוּ הערען דעם קלאַנג פוּן דעם נאָמען -- ,סטאוּ!" -- עס קלינגט נישט שלעכט. --- ;דער װיצע:פּרעזידענט פוּן קאָמערץ:בּאַנק!" ניין, סטאָוּן דער פעראורטיילטער, סטאָון -- אַ דער, װאָס מען האָט געשיקט אױף ,עלעקטריק:טשער". מיין נאָמען װערט יעצט פיעל דערמאָהנט, איז אויף אַלעמענס ליפּען, דרויסען אין דער גאַס פּלאַמט מיין נאָמען, אין אַלע צײטוּנגען, אין אַלע בּיוּראָס רעדט מען איצט ועגען מיר, אין יעדער שטוב, יעדעס קינד װײיסט: סטאָון איז פעראורטיילט אויפ'ן עלעקטריק:טשער. אַ פּחד נעהמט אָן פּאַר מיין נאָמען. מענ: שען שאָקלען זיך אָב"
-- װאָס אַרט עס מיך?! איך װעל אָבּזיצען פופצעהן אָדער צװאַנציג יאָהר, -- אַרבּײטען, -- זיי װעלען דאָך מיך מוען ענדליך װען עס איז בּעפרייען --
-- אוּן דאַן װעל איך אָנהױבּען אויפסניי,
-- אָנהױבּען אויפסניי? װען? אין צװאַנציג יאָהר אַרוּם? אַנ'אַנדערע װעלט װעט זיין, אַנדערע מענשען, אין צװאַנציג יאָהר, אַ לאַנגע, לאַנגע צייט,
שלום אַש ( 91
-- מען װעט מוזען געדולד האָכּען. גאָרנישט צוּ מאַכען. -- דער געדאַנץ האָט געבּראַכט האָפּנוּנג אוּן די האָפנוּנג אַבּיסעל בּערוהיגונג,
בּאַלד האָט זיך די טהיר פוּן קאַמער געעפענט אוּן צװײ ,מאַרשאַלט? זענען אַרײנגעקוּמען,
סטאָון האָט זיך אויפגעהערט צוּ יאָגען איבּער דער קאַמער אַהין און צוריק און איז געבּלינען שטעהן אין מיטען.
-- פעראורטיילטער, װעסט זיך פערטיג מאַכען, מיר געהען דיך אַװעקנעהמען פוּן דאַנען, -- האָט איינער געזאָגט,
-- ווא אַהין, מאַרשאַל! -- האָט סטאָון געפרעגט, כּדי עמעט װאָס צוּ רעדען. |
קיינער האָט איהם נישט געענטפערט,
ער האָט אָנגעטהוּן דעם ראָק אוּן ער איז מיטגעגאַנגען מיט זיי. זיי האָבּען איהם אַריינגעפיהרט אין בּיוּראָ פוּן דער װאַך,
פּלועלונג האָט ער דערהערט, װי עס רוּפט װער אוס זיין נאָמען הינטער איהם,
ער האָט זיך אוּמגעקוּקט אוּן דערזעהן זיין פריינד גאָלד. שמידט, דעם אַדװאָקאַט, שטעהט הינטער די אײזערגע קראַטען װאָס זענען אָבּגעצױמט צװישען איהם אוּן זיין פריינד,
-- װי פיהלסטוּ דיך ;אַלטער בּוי" -- האָט איהם דער אַדװאָקאַט געפרעגט אויף יענער זייט קראַטען,
-- אָל:רייט,--האָט סטאָוּן אָבּגעענטפערט,
-- דאָס איז גוּט. נוּר נישט דעם מוּט פערלירען. די גאַנצע שטאָדט איז אױפגעבּראַכט איבּער דעם אוּרטייל, מיר װעלען יעצט / אויפהויבּען אַזאַ געשריי! אַז דאָס גאַנצע לאַנד װעט זיך מען אויפוועקען. אַ אוּנגעהערטע זאַך! אין דער קרימינאַליסטיק איז נאָך גישט געווען אַזאַ פאַל,
!-- דזשענטעלמען, איך מוּז דיך בּעטען אויפצוּהערען צי רעדען צום פעראורטיילטען -- אַז נישט, װעל איך דיך מוען דערװוייטערען -- זאָגט דער ,װאַרדען" (הויפט.וועכטער).
-- איך האָבּ אַ ערלױיבּניש פוּן געריכט, זיך צוּ פערשטענ.
92 - = טויט-אוּרטײ 5
דיגען מיט מיין קליענט איער דער אַפּעלאַציע, װעלכע מיף געהען אַרײנטראָגען.
-- אַלעס אין. סינג-סינג, נישט דאָ. דער מאַן האָט אויפי געהערט -צוּ. זיין אַ קליענט. דער אוּרטייל איז געפאַלען -- אוּן ער געהער צוּם עװאַרדען* פוּן טייטען:הויז,
-- סטאָוּן, נישט געזאָרגט,. מיר גרייטען צוּ אַמאַטעריאַל; פוּן װעלכען דאָט גאַנצע לאַנד װעט אויפגערודערט װערען. מאָרגען בּין איך בּיי דיר,
-- וועכטערס, דערווייטערט דעם מאַן דאָרט, -- האָט דער עלטסטער געזאָגט, אוּן גאַלדשמידט איז פערשוואונדען. |
-- מאַרשאַלס, פיהרט דעם פעראורטײילטען צוּ זײין בע. שטימוּנגס:אָרט,-- האָט דער עלטסטער איבּערגעגעצען די געריכטס. מאַטעריאַלען צוּ די מאַרשאַלס.
-- די מאַרשאַלס האַבּען אָנגעטהוּן אויף סטאָונ'ס הענד ריגי גען, אין ועלכע זיי האָבּען אויך זייערע אייגענע הענד איינגץ: שלאָסען, אוּן אַזױ בּעהאָפּטען פוּן בּיידע זייטען מיט צװויי שטאַרקע מענער, איז סטאָוּן אַרױסגעגאַנגען צוּ דעם קרימינאַל:אױטאָמאָבּיל, װאָס האָט שוין. געװאַרט אױף איהם פאַר דער טהיר. מען האָט איהם געבּראַכט צוּ דער בּאַהן, װאָס האָט איהם אָבּגעפיהרט, אין אַ בּעזונדער קוּפע, צוּ זיין בּעשטימונגט:אָרט, אין דעם טױטעןהין פון דער גױויסער פערבּרעכער-שטאָדט ,סינג:סינג", -
ר יכ אש 2:עכננעטן
10
בעוועגונג פוּן דער רייזע, די ענדערונג פוּן לאַנדשאַפט, א'עלכע ער האָט שוין נישט געהאַט געװועקסעלט פאַר חדשים--האָט געבּראַכט ערפרישונג צוּ זיין קערפּער. איבּער דעם גאַנצען װעג האָט זיך סטאָוּן געוואונדערט, פאַרװאָס ער שרעקט זיך גאָרנישט פאַר דעם, װאָס עס געשעהט מיט איהם. ,מיין גאָט, מען פיהרט מיך אין טויטען:הויז --- אייגענטליך צוּ מיין קבוּרה. -- אוּן איך בּין מונטער אוּן איך פיה? זיך גוּט".,
די רייזע, דאָס אַרױסקוקען דוּרכ'ן פענסטער, די װעלדער, דער האָדסען טייך, די בּערג -- װאָט בּיי איהם אויסגעזעהען אַזױ װי אַ וואױלטאָג, אַזױ װי ער װאָלט אַנטלאָפען פוּן דער שוּלע אוּן חאַפּט זיך אַרױס אויף אַ לוּסט:רייזע -- ,וי קאָמיש, האָט ער זיך געטראַכט, נאָר, אַז איך פיהל נישט דעם טויט--איז אַ גוּטער סימן, הייסט עס, אַז ער װעטנישט קומען"..
זאָס זעלבּע געפיה? האָט ער געהאַט, װען ער איז אַרינגץ. קוּמען אין בּיורא פוּן הױיפּט:װעכטער פוּן סינג:סינג. ער האָט זיך דאָס אַלעס גאָר אַנדערש פאָרגעשטעלט. עס איז אַלעס צוּגעגאַנגען אַזױ וי אויף אַ בּיזנעס:וועג, דאָס איבּערגעבּען איהם אין ,װאַר. דענס" רשוּת. די בּענעהמוּנג צוּ איהם. דער אויפזעהער פוּן דער טוּרמע---אַ מענש מיט אַ געשוירען בּערדעל, מיט זעהר אַ מענשליך געזיכט, מיט גוּטע אויגען,-- האָט זיך גאָרנישט געבייזערט אויף איהם, האָט איהם אויפגענומען, אַזױ װי ער װאָלט אַרײנגעקוּמען צוּ איהם װעגען אַ געשעפט, האָט איהם געפרעגט, װאָס ער בּעדאַרף
)93(
2 טויט:אורטײל אָדער ער האָט עפּעס ספעציעלע ואונשען, אוּן אַז ער קאָן רעדען צוּ איהם װי צוּ אַ גוטען פריינד אוּן װאָס ער װעט בּעדאַרפען, קען ער זיך גלייך ווענדען צוּ איהם,
-- דיין נומער וועט זיין צוויי אוּן אַכציג,---געפעהלט עס דיר?-- האָט דער װאַרדען געשמייכעלט,
מען האָט איהם אַריינגעפיהרט אין אַ קאַמער, געהייסען אויס: טחוּן זיינע קליידער אוּן געגעבּען איהם געשטרייפטע קליידער, דערביי אָבּער איז אַלעס צוּגעגאַנגען בּיזנעס:אַרטיג, העפקיך אַפילן, אַלע זענען געווען פריינדליך צוּ איהם, אַלע האָבּען איהם געפּרובט ניט עפּעס גוּט צוּ טהוּן, אַפילו דער וועכטער, װאָס האָט איהם גע* געבען די קליידער אָנצוּטהוּן.
-- דוּ קלױיבּ דיר אויס נאָר בּעקװועמע, װעלכע פּאַסען דיר,-- ווייל דוּ װײסט נישט, װי לאַנג דוּ װעסט זי בּעדאַרפען טראָגען,-- האָט צוּ איהם דער װעכטער געזאָגט מיט אַ װיץ.
,-- גאָט, פאַרװאָס זענען זיי אַזױ העפליך צוּ מיר, פאַרװאָס בּעהאַנדלען זיי מיך אַזױ פיין, איז דאָס סינגיסינג? אוּן איך האָבּ עס מיר גאַנץ אַנדערש פאָרגעשטעלט",
נאָכמעהר פערואוּנדערט איז ער געװאָרען, ווען מען האָט איהם צוּגעפיהרט צוּם בּעריהמטען טויטען:הויז אוּן איבּערגעגעבען איחהם דעם ספּעציעלען װעכטער פוּן טויטען:הויז. ער האָט זיך דאָס טויטען:הויז גאַנץ אַנדערש פאָרגעשטעלט: עפּעס אַ שרעקליכע גע ביידע, פוּן װעלכער מען זעהט דעם טױט אַרױסשײנען שוין פוּן דערווייטענס. אוּן דאָס איז געװען אַ הױז, װי יעדעס אַנדערע אין דער גרויסער שטאָדט פוּן פערבּרעכער, װאָס איז געװען אַרוּמגע. רינגעלט אַרוּם דעם טויער מיט גרויסע בּעקװעמע פענסטער.--אוּן דער שומר כּוּן טויטען-הויז, אין װעמענס רשוּת מען האָט איהם איבּערגעגעבּען--האָט איחם אױיפגענוּמען מיט אַ שמייכעל. עס איז געװוען א הויכער, שטאַרקער מאַן, נאָר מיט אַזאַ מענשליך געזיכט,-- װי עס האָט זיך סטאָונ'ען אויסגעוויזען--אַז עס האָט זיך איהם ג/זּ חאַכט, אַז ער קען איהם שוין פוּן לאַנג. דער היטער פוּן טויטע הויז האָט געשמייכעלט צוּ איהם: |
|-- װאַס מאכסטו ? .
שלום אַש 95
-- אַ דאַנק.--- האָט איהם סטאָון אָבּגעענטפערט,
אוּן אַז ער האָט זיך געפוּנען אין זיין צימער, װאָס איז גץ. נוג בּעלויכטען געװען פוּן דער הויך, איז נאָכאַמאָל אַריינגעקוּמען צוּ איהם דער היטער אוֹן האָט איהם געפרעגט, אוב דאָס צימער געפעהלט איהם -- עס איז דאָס ליכטיגסטע אין גאַנצען הױיז-- נאָר דוּ קענסט נישט יעצט זעהען, דערפאַר װאָס עס אי שױן נאַכט געװאָרען,
-- דוּרך די פענסטער קענסטוּ זעהען װי די קינדער אַרבּײ. טען אין גאָרטען. מיינע קינדער האָבּען זיך געמאַכט אַ מלחמה. גאָרטען". דיין פענסטער געהט אַרױס אין גאָרטען. זי גראָבּען יעצט אויס די קאַרטאָפלעס,
-- אָ, איך דאַנק דיר!
-- װאָס װעסטי עסען? מיּוט זיין הוּנגעריג פוּן דער רייזע, דער אױסװואַהל איז יעצט נישט גרויס, װײל דער קוּכער איז שוין גישטאָ. נאָר שינקען אוּן איער קענסטוּ קריגען צוּ יעדער צייט, מאָרגען בּעדאַרפסטוּ דיר אויסוועהלען, װאָס דוּ וילסט.
-- לאָז זיין שינקען אוּן איער -- װען דוּ װילסט אַװי פריינדליך זיין -- האָט איהם סטאָון אָבּגעענטפערט, װאָס איז פוּן וועג טאַקי הונגעריג געװאָרען.
-- מיט פערגעניגען, -- האָט דער היטער געזאָנט, -- אַלֶּעס װאָס דוּ װועסט בּעדאַרפען -- זאָג נאָר דזשאָנ'ען. מיסטער דזשאָן װעט אױף דיר אַכטונג געבּען, -- בעװייזט דער ,װאַרדען אויף אַ װאַך:היטער,
-- איך דאַנק דיר, װאַרדען, -- האָט סטאָון אבּגעענטפערט,
-- נוּ, דוּ װעסט געװיס נישט זיין לאַנג מיט אונז. דער גוּערנאַטאָר װעט דיך געוויס בּעגגעדיגען. מיר האָבּען געלעזען פוּן דיין פּראָצעס אין די צייטונגען.
-- מיינע אַדװאָקאַטען אַפּעלירען אויפ'ן אוּרטייל -- האָט סטאָּן געזאָגט,
-- גוּ, װאָס דען? זי מונטער, ,צוויי אוּן אַכציג". גאָר מוט, מוּט, מוּט, |
-- איך דאַנק דיר, װאַרדען.
6 טויט:אורטײל
-- גוּט נאַכט, ,צװויי אוּן אַכציג",
-- גוּט נאַכט, װאַרדען,
ווען סטאָוּן איז געבּליבּען אַלײן מיט זיך אין צימער -- אין איער איהם ערשט געקומען די פערוואוּנדערונג: ,גאָט מיינער, זי האָבּען מיך געבּראַכט צוּ טויטען אוּן זיי זענען אַזױ העפליך צוּ מיר! פאַרװאָס זענען זי אַזױ העפליך צוּ מיר! פאַרװאָס שלאָגען זי מיך בּעסער נישט?" |
אוּן אַ מאָדנער כּעס האָט איהם אַרוּמגענוּמען צוּ אַלעמען אוּן צוּ אַלע -- איבּער זייער העפליכקייט: ,מערדער אַזעלכע! זי האָבּען מיך אַרײנגעבּראַכט אין טויטען:הויז, --- מאָרגען זאָל איך אַ טויטער
מענש זיין אוּן זי -- זענען העפליך צוּ מיר! -- שלאָגט מיך, שרייט אויף מיר, נאָר פייניגט מיך נישט מיט איער העפליכקיט, פערשאַלטעגע!" |
אוּן ווען דזשאָן האָט אויפגעשטעלט פאַר איהם דעם ,שינקען מיט אייער" אוּן געזאָגט צוּ איה ם: --,איך האָף, אַז עס װעט דיר שמעקען" -- האָט סטאָוּן שוין גישט לענגער געקאַנט אױסהאַלטען אוּן איז אַרױס פוּן געדוּלד;
-- נעהם עס אַװעק. איך בּין דאָ נישט צוּ עסען ;שינקען מיט אייער",
-- דאָס איז נישט גוּט, פעראורטיילטער, נאָר נישט דעם מוּט פערלירען, -- האָט דזשאָן איבּערגעיחזר'ט דעם װאַרדענס ריידי -
-- איהר האָט מיך געבּראַכט צוּ טויטען אוּן איהר זענט אַזױ פריינדליך צוּ מיר. פאַרװאָס זענט איהר אַזױ פריינדליך צוּ מיר} -= / שלאָגען װאָלט אייך בּעטער געפּאַסט, |
-- מיר שלאָגען נישט קיין טױטע מענשען -- האָט דושאָן געזאָגט.
סטאָוּן איז בּלייך געװאָרען. ער האָט אַראָבּגעלאָזט דעם קאָט אוּן געזאָגט װי פאַר זיך:
-- דוּ האָסט רעכט. איך בּעט דיך איבער.
-- דאָס איז דער װעג, אַזױ זאָלסטוּ טהוּן, װען דוּ װילסט,
אַז מיר זאָלען פריינד זיין, |
| ש לום אש 97
-- איך דאַנק דיר, -- האָט סטאָון געזאָגט אין אונטערטעי ניגקייט,
-- דער פעראורטיילטער װעט עסען? -- האָט דושאָן גע* פרעגט בּיזנעסאַרטיג.
-- טויטע מענשען עסען נישט. -- האָט סטאָוּן געזאָגט מיש אַ שמייכעל,
-- גוּט, -- האָט דזשאָן צוּגענוּמען דעם ,שינקען מיט אייער" אוּן איבּערגעלאָזט סטאָוּנ'ען אַליין אין זיין קאַמער.
די גאַכט האָט סטאָוּן נישט געקענט שלאָפען. קוים האָט ער זיך געפּרובט אַװעקלעגען, נאָכדעם װי ער האָט זיך געהאַט אַבּיסעל בּערוּהיגט פוּן דעם אויפרעגענדען געשפּרעך, װאָס ער האָט גע* פיהרט מיט דעם װעכטער, האָט ער דערהערט דוּרך דער װאַנד אַ מאָדנע בּרוּמען, אַזױ װי אַ הוּנד װאָלט געקלאָגט הינטער דער װאַנד. ער האָט געמיינט, אַז עס איז אַנ'אײינבּילדוּנג -- דאָס זענען זיינע נערווען אַזױ צערוּדערט, אוּן געפּרובט ווייטער ליגען. דאָס הויז איז שטיל געװאָרען, דאָס עלעקטרישע ליכט איז טוּנקעלער געװאָרען, אוּן דאָס װאיען, דאָס קלאָגען דוּרך דער װאַנד האָט נישט אויפגעהערט, פערקעהרט, װאָס שטילער אוּן רוּהיגער עס איז געװאָרען -- אַלץ שאַרפער האָט זיך דערטראָגען דאָס אוּנהיימליכע קלאָגען. סטאָוּן איז אויפגעציטערט געװאָרען, דענערווירט. ענדליך האָס ער לענגער נישט געקאַנט אויסהאַלטען. אױפגעכאַפּט זיך פון געלעגער, איז צוּגעגאַנגען צוּ דער טהיר אוּן הויך גערוּפען דעם וועכטער,
-- װאָס איז דער מעהר? -- האָט הער וועכטער אַרײנגערוּקט זיין פּנים דוּרך דער קראַטע פוּן טהיר-פענסטערעל,
-- װאָס איז עס פאַר אַ שטימען, װאָס מען הערט דורך דער װאַנד! מען קען נישט איינשלאָפען
-- אָ, דאָס איז רעפּ דער ניגער, דיין שכן. יעדען אָבענד הױיבט ער אָן אָדּצוּשפּילען זיין מוּזיק, אַז ער איז אונשולדיג, אַו ער איז בחנם פעראוּרטיילט געװאָרען. אָבּער ער װעט זיך באַלף גערוהיגען, ער װעט בּאַלד אײינשלאָמען.
98 טויט.אוּרטײל
איך דענק, אַז איך װאָלט געדאַרפט וועקסלען מיין צימער -- זאָגט סטאָן, |
-- אין יעדען צימער װעסטוּ הערען אַנדערע שטימען. דאָס איז נאָך דאָס בּעסטע. ער װעט זיך בּאַלד בּערוּהיגען. ער שלאָפט איין, | = ססאָון האָט זיך צוּריק אַװועקגעלעגט אוּן איינגעהערט זיך. עס איז וירקליך געװען װי דער װעכטער האָט געזאָגט. דער ניגער אויף דער צווייטער זייט װאַנד האָט נאָך אַבּיסעל געװאיעט, גע. קלאָגט, געקלאָגט, נאָר װאָס אַמאָל איז זיין געװײין שװאַכער געָ. װאָרען װי אַ קינד, װאָס איז שלעפעריג, פאַלט אויפץ פּנִים אוּן יל איינשלאָפען. ענדליך איז ער אינגאַנצען שטיל געװאָרען.
נאָר סטאָוּן האָט שוין מעהר נישט געקענט איינשלאַפען. ער . איז געלעגען מיט אָפּענע אויגען אוּן געקוקט אין לעדיגען רוהיגען חלל אַרײן פוּן שטוּבּ, בּעלויכטען פוּן דעם שאַטענדיגען ליכט, וועלכעס איז געפאַלען פוּן בּאַלקען אַראָבּ, װאָס מען האָט בּכּיון איבּערגעלאָזט אויף איבּער נאַכט. דאָס גאַנצע שטיבּעל איז פער. כאַפּט געװען פוּן שאָטענס -- ער האָט נישט געזעהן די שאָטענס,-- ער האָט זיך נישט געפונען אין דעם טױטען קאַמער -- זיינע אויגען האָבּען עפעס אַנדערש געזעהען אוּן זיינע געדאַנקען זענען געװוען פערנומען מיט אַנדערע מחשבות,
;-- פאַרװאָס איז עס געקומען? װאָס איז דאָס געװען אין מיין לעבּען אַזעלכעס, װאָס האָט מיך געבּראַכט צוּ פיהרען אין טויטען:הויז אַרײן?" |
,-- איז עס געװוען בּלויז נאָר אַ צוּפאַל דער אַכטער אויי גוּסטוּ -- גיין. אַזעלכע- זאַכען זענען נישט קיין צוּפאַלען. װאָלט עס נישט געווען דער אַכטער אױגוּסט --- װאָלט עס געקוּמען אַנ- אַנדערש מאָל, אַז עס איז געקומען -- האָט עס דאָך געמוזט קוּמען",
ער האָט זיך געוואוּנדערט, אַז אָט דער װיכטיגער געדאַנק איז איהם צוּם ערשטען מאָל הײינט געקוּמען אויפן זינען, שוין געפינענדיג זיך אין טויטטן-הויז. ,פאַרװאָס האָבּ איך נישט געקלערט וועגען דעם בּאַלד פוּן אָנפאַנג?" ער האָט בּיז איצט גאָרגישט גשָ
שלום אש 99
האַט געקלערט װעגען דעם עצם געשעהעניש, נאָר אַלץ געװען פערנומען מיט די געדאַנקען: װי אַזױ זיך אַרױסצוקריגען פוּן דעם אוּמגליק, אין וועלכען ער איז אַרײנגעפאַלען. פוּן דעם אוּנגליק אַלײן האָט ער גאָרנישט געקלערט. ,איך האָבּ נאָר געמאַכט פּלענער וי אַזוי זיך צוּ בּעפרייען פוּן דער נעץ, -- אָבּער פאַרװאָס בּין איך אַרײנגעפאַלען אין דער נעץ? װי אַזױ געפין איך זיך אין דער נעץ -- װעגען דעם האָבּ איך דאָך גאָרנישט געקלערט!"
ער האָט גענומען אַנאַליזירען זיין גאַנץ לעבּען. דאָס האָט זיך איהם נישט איינגעגעבּען. עס זענען נאָר אויפגעשװימען, װי ערשיינונגען פוּן אַ דוּנקעלער נאַכט, אָבּגעריסענע בּילדער פוּן זיין. פּערגאַנגענהייט, אוּן ער האָט זײי געלאָזט אַדוּרכגעהן פערבּיי זיך, װי שאָטענס,
ער האָט זיך געזעהען אַלט אַ קליין יוּנגעל בּיי זיינע עלטע. רען אין דער װאַהנוּנג אויף דער בּליערי, װי אין אַ פערגעסענעם חלום. ער דערמאָהנט זיך, װי פוּן דער פינסטערניש אַרױס: עס בּרענען ליכט אוּן לייכטער אויפ'ן טיש. עס איז עפּעס אַ יוםיטוב, שבּת אפשר? יאָ, שבּת. דענסטמאָל װען די יוּדען טאָרען נישט די ליכט אויסלעשען. ער מעג, דערפאַר װײל ער איז אַ קלײנער. די מוּטער בּעט זיך בּיי איהם: ,,מאַק'ל* -- רוּפט זי איהם. ער דער: מאָהנט זיך מיט בּעזוּנדערער פרייד דאָס װאָרט ,מאַקילײ. (,גאט מיי: גער, קײינמאָל שוין מעהר נישט געהערט דעם גאָיען) ,מאַקל, לעש אויס די ליכט". ער װיל נישט, סיידען מען זאָל איהם געבּען דערפאַר פינף סענט. די מאַמע שװערט זיך, אַז זי װעט איהם מאָרגען געבּען די פינף סענט. ער װיל נישט. מען זאָל איהם גלייך אוסצאָהלען די פינף סענט. די מאַמע װיל אײנשלאָפען -- זי קען נישט: זי האָט מורא אײינצושלאָפען, װען די ליכט בּרענען. ענדליך שלאָפּט די מאַמע איין, ער הערט, װי זי שנאָרכט, אַ מידע פוּן א גאַנצען טאָג אַרבּײט, איז זי איינגעשלאָפען. ער.--- פאַר כּעס, װאָס מען האָט איהם נישט געגעבּען די פינף סענט -- קריכט אַראָבּ פוּן געלעגער, קוּקט זיך אָרוּם אויבּ קיינער זעהט נישט,,. נעמט ער אוּן צינדט אוּנטער דאָס טישטוך. ער זעהט װי עס בּרענט ---מאַכט
100 סויסט :אוּרטײל?
ער אַ געװאַלד, אַז דאָס טישטוך האָט זיך אָנגעכאַפּט פוּן די בַּרֹלי גענדע ליכט,
,-- אַלעס דערפאַר, װאָס דו האָסט מיר נישט געגעבען די פינף סענט---
ער װיל זיך דערמאַנען זיין מוּטערס געזיכט. עס קוּמט איהם שווער אַן: אַזױ לאַנג זי מעהר נישט געזעהען -- זי איו גע טאָר: בּען, ווען זיי זענען נאָך אַלע געווען קליין אוּן אָרעם. געשטאָרבּען פוּן צרות, פוּן שװערער אַרבּײט. ;זי האָט נישט דערלעבּט, אַז איך זאָל מיט איהר אַפִילוּ איינמאָל אַרױספאָהרען שפּאַצירען אין מין אױטאָמאָבילש,
ער דערזעהט, װי פוּן װאַקס אױיסגעקנעטען, צװיי דאַרע אַראָבּפּאַלענדיגע בּאַקֶען. אַ לאַנגע, לאַנגע נאָז, וי פוּן חלום געדענקט ער נאָך די אויגען -- שװאַרצע זענען זיי געװען. אוּן טיעף, טיעף איינגעזונקען אין די אויגענלעכער, אַזױ װי זיי װאָלטען איינגעזוני קען צווישען די בּאַקען:בּיינער. - = פװאָס האָט זי געהאַט פוּן איהר לעבּען? -- זי האָט געלעבּט צוּ ערציהען קינדער. די קינדער, װען זי האָבּען נאָר אָנגעהױבּען צוּ פערדינען די ערשטע פּאָר סענט פוּן צייטונג-פערקויפען אויף דער גאַס -- האַבּען פּערלאָזט די היים,
אייגענטליך, איז ער אויפגעצויגען געװאָרען אָהן עלטערן, אַליין, אַלעס פאַר זיך אַלײן, פוּן ערשטען טאָג אָן, האָט ער פאַר קייגעם נישט געקלערט, נוּר װעגען זיך אַלײן. דער פאָטער האָט געלעבּט לענגער. ער האָט זעלטען װען איהם געזעהען. דערנאָך, ווען סטאָוּן איז רייך געװאָרען -- פלעגט דער פאָטער קוּמען צוּ איהם. יעדעס מאָל װעגען עפּעס אַנדערש. ער האָט איהם געלף געגעבען. אַמאָל -- אויף אַ געװעלבּ זיך אײנצוּאָרדנען, אַניאַנדערש מאָל אויף אַ בּויד אין קוני.אײילאַנד. עפּעס איינמאָל איז ער געקו. מען אוּן האָט איהם גלאַט געסטראַשעט, אַז אויבּ ער װעט נישט געבּען קיין געלד -- װעט ער מאַכען אַ סקאַנדאַל, ער װעט איהם אָנקלאָ: גען אין געריכט. סטאָוּן דערמאָנט זיך אין אַ סצענע. עס װערט איהם זעהר פּיינליך,
שלוט אש סאו
;-- איך האָבּ איהם קײנמאָל נישט ליעב געהאַט. אַ שיכּור געווען. װער ווייסט, צי מיינע שׂלעכטע אינסטינקטען האָבּ איך נישט געירשנ'ט פוּן איהם? ער איז געקומען פוּן אַ שלעכט לאַנד, קײינמאָל זיך נישט געקענט אויסלערנען קיין ענגליש, געהאַלטען זיך דאָרט אין דער ;איסט:סייד" מיט זייגע לאַנדס:לײט",
-- פוּנדעסטוועגען האָבּ איך איחם בּעדאַרפט בּעסער צוּ בֹעי האַנדלען. עס איז געװוען מיין פאָטער. אוּן װאָס האָט ער בּעדאַרפט?
;-- איך האָבּ דאַָך איהט אױסגעהאַלטען שפּעטער, געצאָהלט אין אַ אַנשטאַלט חודש:געלד, אַז מען זאָל איהם האַלטען דאָרטען-- װאָס האָבּ איך געקענט בּעסער טהוּן?
-- עס איז געװען דערפאַר, װאָס איך האָבּ מורא געהאַט
פּאַר אַ סקאַנדאַפ אַז מיינע שונאים זאַלען נישט געואויר װערען װי איך האַלט מיין פאָטער, אַז מיין פאָטער זיצט אין די שענקען אויף דער איסט-סייד, = דערפאַר האָבּ איך געשפּילט דעם ,דושעג: טעלמען? -- איך האָבּ איהם דערפאַר געהאַלטען אין אַ אֲנש.אַלט פּאַר אַלטע לייט. אָבּער האָבּ איך דאָס געטהוּן פאַר איהם? איך האָבּ דאָך איהם קיינמאָל נישט בּעזוכט, קײנמאָל נישט געזעהען אוּן װען מען האָט מיר צוּוויסען געגעבּען פון דעם אַנשטאַלט, אַז ער איז געשטאַרבּען -- איז דאָס געקומען איבּער מיר װי אַ ער: לייכטערונג; ענדליך פּטוף געװאָרען! נישט צוּליעב דעם געלד, װאָס ער האָט מיך געקאָסט -- דאָס זענען געווען סענטען, קלייגיגקייטען, נאָר מייגע שונאים װעלען נישט האָבּען קיין געלעגענהײיט מעהר אָנצוּטײטלען אויף מיר, אַז איך בּין אַ פרעמדער, אַ זוהן פון אַ עמיגראַנט אוּן איך װעל קענען זיך ריהמען פאַר מיינע קאַלעגען מיט ליגענס, מיט וועלכע איך װעל בּעפּוצען די שאַנד פון מײין שטאַט",
=-- גיין, דאָס נישט! איך האָבּ איהם פיינד געהאַט דערפאַר, װאָס ער איז געווען אַ שפּור. ער האָט פערטרונקען דאָס געלד, װאָס איך האָבּ איהם געגעגען. אוּן אויף זיין לויה האָבּ איך נישט גֹשָי קענט קומען, ווייל איך פין געווען אין טשיקאַנאָ דעגסטמאָל פער. גומען מיט די ,אייל:פעלרער" -- פרובט ער זיך אַלײן פערענט. פערען.
102 טויט:אורטיײפ9
,-- װאָס בּין איך שוּלדיג? געװיס האָבּ איך זיך ערצויגען אָהן עלטערען. איך בּין געוען אַלײן. פוּן ערשטען טאָג אָן אַלײן. קיינער האָט מיר גאָרנישט געהאָלפען. קיינעם בּין איך נישט קיין דאַנק שוּלדיג. דאָס איז מיין שטאַרקײט געװען. איך בּין נישט געקראָכען אויף יענעמס רוקען, װי די אַלע ,סנאָבּען", װאָס בּלאָזען זיך. דאָס װאָס זיי האָבּען ערװאָרבּען דוּרך דריי, פיער דורות, דאָס װאָס האָט זיי גענוּמען הוּנדערטער יאָהרען צוּ קריגען -- האָבּ איך אַליין מיט מיינע נאַקעטע הענד געמוּזט אױסאַרבּײיטען".
דער געדאַנק האָט איהם געגעבּען מוּט, האָפנוּנג אוּן האָט איהם זיכערער געמאַכט אין זיך, ער האָט זיך געװאָלט אָנהאַלטען אין דעם געדאַנק, װי אַ טרינקענדיגער אין אַ שנוּר. נאָר בּאַלד האָט ער די שנוּר אַרױסגעצױגען פוּן זיין האַנו.
11
עס איז געווען, װי עס האָט זיך װער אַרינגע'גנב'עט אינע. וועניג אין איהם, אוּן מישט אינעוועניג אין איהם אויף די לאַנג, פערגעסענע קאַרטען פוּן זיין לעבּען, דעקט:אויף די, װעלכע זענען אַמשװאַכסטען, אויף וועלכע עס זענען אָנגעצײכענט די טוּנקעלסטע מאָמענטען, פון װועלכע ער האָט קײינמאָל נישט געװאָלט קלערען און קיינמאָל נישט געװאָלט געדענקען. דער פרעמדער, װאָס האָט זיך אַריינגע'גנב'עט אין איהם, איז נישט קיין פרעמדער -- נאָר ער אַליין. ער אַלײן איז געװאָרען אַ פרעמדער, ועלכען ער שמייסט מיט בּעשוּלדיגונגס-ריטער. ער האָט איהם געגענען אַ דערמאָן אין די אַקציעס פוּן ,נעפט:פילד", פון וועלכע ער האָט געמאַכט זיין ערשט פערמעגען, די צעהנדליגער, די הוּנדערטער, וועלכע זיינע אַגענטען האגען איינגערעדט, אַז ;נעפט:פילדער" ועלען זי בּעזאָרגען מיט חיונה אויף זייערע אַלטע טעג, װעלען זי זיין אַ שטיצע אין טעג פון נויט, צוּ חתונה מאכען זייערע טעכטער, צוּ קויפען קלייגע פאַרמס אויף דער פּראָװינץ -- ווען זי װעלען נישט מעהר קאָנען אָרגײטען, װעלען זי אױסהאַלטען אין זײער קראַנקהײט, ער ;האָט זי געזעהן דערגאָך, די איינציגע, װעלכע האָבּען בּעלאַנערט זיין בּיוּראָ צוּמאָרגענס נאָך דעם טאָג פוּן גרויסען ,קנאַק". דעם איטאליענער, װעלכער איז געשטאַנען מיט אַ פולע האַנד פּאַפּירען פוּן נעפט-פילד" אַ בּלייכער אוּן האָט געשריגען עפּעס אונפער- שטענדפיכע ווערטער אויף זיין שפּראַך; די בּלייכע, אַלטע פרוי אין שװואַרצען, װאָס האָט געציטערט אינגאַנצען, אויסשטרעקענדיג די
| 103
104 טויט : אוּרטײל
מיט אָדערן בּעצויגענע בּלייכע הענד. זי איז געשטאַנען און האָט גאָרנישט גערעדט, נור האָט בּאין אופן נישט געװאָלט אַװעקגעהן פוּן בּיוראָ. מען האָט געמוזט בּענוּצען געװאַלד:מיטלען זי אַרױסצוּ. קריגען, און דאַן דעם שרייענדיגען יוּד, װעלכער האָט געמאַכט / מעהר סקאַנדאַלען פאַר אַלע: ,גולנים, רױבּער, בּאַנדיטען!" װאָס האָט זיך גענומען אַזש שלאָגען אוּן מען האָט איהם אַרױסגעװאָר- פען, סטאָונ'ען האָט מען נישט געזעהן--ער האָט זיך אַרוֹיטגע'גנב'עט דוּרך דער הינטער:טהיר אוּן איז פערשוואונדען...
,-- אָבּער װאָס האָבּ איך געזאָלט טהוּן? איך האָבּ דאַך אויך מיין געלד אַרײנגעלעגט אין ,נעפט:פילד". דער גרוּנד איז דאָך געװען, אוּן די עקספערטען האָבען דאָך אױף די פעלדער גאַפט געפוגען".
;.- דוּ האָסט פוּן דער געזעלשאַפּט אַרױסגענוּמען דרייסיג טויזענד דאָלאַר אַ יאָהר געהאַלט, אַלם דירעקטאָר, אוּן דאָס געלף האָסטו אַרײינגעלעגט אין ריכטיגע אייל-קװאַלען, נישט אין ,געבּלאָם, טע". דוּ האָסט געװאוּסט, װען דוּ האָסט די געזעלשאַפט געגרינדעט אַז די ,געפט-פילדער? איז אַ בּלאָף. די פעלדער, װעלכע האָבּען געהאַט נאַפּט, האָסט דוּ דוּרך אַ קאַמצּינאַציע מיט דער טשיקאַגער בּאַנק אַרױסגענומען פון דער געועלשאַפט אוּן פערקויפט צוּ אַ נאַפט:געזעלשאַפט פאַר גוּט געלד. פאַר דיין אייגענער געזעלשאַפט, װאָס דוּ האָסט געגרינדעט, האָסט דוּ איצּערגעלאָזט די גרויסע שטרעקע ויסטע אַרוּם די נאַפט:קװאַלען, װעלכע מען האָט גישט {עװאָלט קויפען בּיי דיר, אוּן נאָכדעם װי דוּ האָסט געװאוסט דער: פוּן -- האָסט דוּ נאָך געהאַלטען אין איין פערקויפען אַקציעס, פערגרעסערענדיג דאָס קאַפּיטאַל װאָס אַנאָל מעהר, אוּן האָסט פער. גרעסערט דיין געהאלט אַלס דירעקטאר".
*-- אָבּער אַלע מאַכען דאָך אַזױ, עס איז דאָך געװען אַ ריינע בּיזנעס-אונטערנעהמונג, אַ געלונגענע טראַנזאַקציע. אוּן די אַד. װאָקאַטען האָבּען געזאָגט, אַז עס איז גאַנץ לעגאַל אוּן קייגער קאָן גאָרנישט האָבּען געגען דעט". : |
,-- לעגאַל פאַרִין געועץ, אָצּער איז עס געווען עהרליך גע גען די, װאָס דוּ האָסט זיי איינגעשלייערט דיינע אַקציעט אוּן אַעק?
ש לוֹם אש , 105
גענוּמען די לעצטע גראָשענס פוּן זייער אָבּשפּאָרוּנג?"
?-- עס איז דאָך געװען בּיונעס אוּן דאָס האָט דאָך מיך נעי שטעלט אויף די פיס",
ער האָט זיך דערמאָהנט דעם אַלטען זעליגמאַן פוּן דער ,רעאֵל. עסטעט:באָוק", ער זעהט דעם אַלטען -- ער שטעהט אַ לעפעדיגער פאַר איהם: די שטאַרע האָהר פוּן זיין ווייס בּערדיל בּעװועגען זיך אוּן די שװאַכע גרויע אויגען בּעטען זיך בּיי איהם, זי זענען פייכט פוּן טרעהרען, דער אַלטער װײינט װי אַ קליין קינד. ער קאָן נישט זעהן דעם אַלטען װײינען, ער זעצט איהם אַוֹעק אין דער שטוהל געגענאיבּער איהם אוּן קליגגט אָן, אַז מען זאָל דערלאַנגען אַ גלאַן װאַסער;
;-- אָ. דאָס בּין איך נישט שוּלדיג. איך בּין געוען א ועם- טער איבּער דעם געלד, װאָס מען האָט מיר אַנפערטרױט. אַ בּאַנקיר איז אַ קאַסירער. עס איז פרעמדעס געלד, וװאָס מען האָט בּיי מיר איינגעלעגט, און איך טאָר נישט וויסען פוּן קיין סענטימעגטען",
,-- אויפ'ן אַלטען איז מיר געווען א רחמנות. אָבּער איך האָבּ נישט געקאַנט העלפען. הייזער זענען געפאַלען. זיין גאַנצע גאָס הייזער אין בּרוּקלין זענען גאָרנישט װערט געװען. קין דעקונג האָט ער בּיי אונז נישט געהאַט מעהר. איך האָבּ נישט געקאָנט װאַרטען אַ מינוּט -- איך האָבּ איהם געמוּזט שליסען זיין רעכנונג",
,-- אוּן דוּ האָסט דערנאָך בּיי איהם זיין גאַנץ פערמעגען צוּגענוּמען פאַר אַ קלייניגקייט, װאָס ער איז פערשולדינט געװען, אוּן איהם דערנאָך אַרױסגעשטעלט פוּן דער װאוינונג, פוּן בּאַנק. הויז, װאָס דוּ האָסט עס אַליין איבּערגענומען?.
,-- אין דעם טאָג איז עס נישט מעהר װערט געװען. עס איז נאָך געװוען אַ איינשטעלונג פוּן מיין זייט צוּ בּעצאָהלען איהם דעם פּרײז. מען האָט נישט געקאַנט װיסען װי לאַנג דער קריזים װעט אָנהאַלטען,. אודאי אין אַ צּיונעס:מאַן נישט קיין רעורענד אוּן אַ בּאַנק:הױז נישט קיין צדקה;אַנשטאַלט. אַזױ װי מען האָט געהאַנדעלט מיט מיר -- האָבּ איך געהאַנדעלט מיט אַנדערע. איך בּין נישט געװען קיין אױסנאַהם!, -- האָט ער זיך געפרוּבט פאַר וועמען דאָס צוּ פערענטפערען.
206 טויט:אורטײל
;-- אוּן האָבּ איך שוין גאַרנישט געטהוּן קיין גוּטס אין מיין לעבּען? -- איך בִין גוּט געווען צוּ מיינע אָנגעשטעלטע", -- פּרוּבט ער צוריק צוּ טענהץ.
,-- ווייל דוּ האָסט דוּרכדעם געדענקט, אַז זיי װעלען דיר בּעסער דינען. דאָס איז דאָך געװוען דיין פּרינציפּ, -- האָט װער אין איהם געואָגט -- אוּן װען מען האָט בּעדאַרפט, האָסט דוּ אַפילוּ ליבּעט:חנ'דלעך געמאַכט צוּ דיינע סטענאָגראַפיסטקעס, כּדי זי זאָלען לענגער זיצען אין דיין בּיוראָ אוּן געטריי דיר דינען"
.-- דאָס איז נישט אמת. די מינא איז מיר געפעלע; זי איז געווען אַ שענע בּלאָנדיקע. מיר האָבּען אייניגע מאָל גוּט פער. בּראַכט. דאָס מעדעל האָט מיך ליעבּ געהאַט"
}-- דערפאַר ווייל זי האַט גערעכענט מיט דיר חתונה צוּ האָבּעןן"
9-- נוּ, אַזױ נאַאיוו.,. בּין איך נישט שולדיג,. זי האָט זיך
דאָך נישט געקאַנט איינרעדען, אַז איך װעל חתונה האָבּען מיט איהר: קייגע האָפנונג האָבּ איך איהר נישט געגעבּען".
,-- אַבּער דוּ בּיסט געווען מיט איהר אייניגע מאָל צוּזאמען, אַרױסגעפאָהרען מיט איהר אין אַ אױטאַמאָביל נאָך לאַנג:אײלאַנד און דאָרט איבּערגענעכטיגט... זי איז נאָך געװען אַ מײדעל, זי האָט געװײינט אויף דיין האלו, אַז זי האָט דיך ליעבּ, -- נישט דערפאַר, װאָס דוּ בּיסט איהר שעף -- נאַר זי האָט דיך ליעבּ געהאַט?,
.-- זי האָט דאָך דאָס זעלבע געװאָלט, װאָס איך. איך האָבּ איהר גאָרנישט צוּגעזאָגט?.
,-- אוּן דערנאָך, ווען װען דוּ בּיסט אַ שותּף געװאָרען מיט דער פירמע ,זילבערשטיין עט קעניגסבּערג" -- זענען אַלע דיינע אָנגעשטעלטע אַרײנגעקוּמען דיך גראטולירען. מינאַ. איז אויך גע: ווען. דו האָסט דאָך מורא געהאַט צוּ טרעפען זיך מיט איהרע בּלי: קען, זי איז בּלייך געווען אוּן די חבר'טאָרינס האָבּען געקוּקט אויף. איהר, דאַכט זיך מיט רחמנות, אַנדערע האָבּען, דאַכט זיך, גע שמייכעלט. דערנאָך, ווען מינאַ איז אַװעק מיטאָג עסען, איז זי שוין מעהר נישט צוריקגעקומען, דוּ האָסט זיך דאך געשראַקען. צװײ
שלום אַש 107
עג בּיסט דוּ אַרוּמגעגאַנגען אַ ציטערנדיגער: האָסט מורא געהאַט, אַז עפעס אַנאוּמגליק זאָל נישט האָבּען געטראָפען מיט'ן מיידעל, נישט פאַר דעם אוּמגליק האָסטוּ מורא געהאַט--האָסט געציטערט, אַז דאָס מיידעל זאָל דיר קיין צרות נישט אָנטאָהן. אוּן ענדליך, אַז װער פוּן דיינע אָנגעשטעלטע האָט דיר געזאָגט, אַז ער האָט געטראָ: פען מינאַן בּיי מיטאָג עסען, אַן זי אַרבּײט אויף אַנ'אַנדער שטע, לע -- בּיסט דוּ צופרידען געװען, װאָס דאָס גאַנצע געשעהעניש האָט דיך אַזױ װייניג מיה אוּן געלד געקאָסט אוּן בּיסט אַזױ לייכט פון איהר פּטוֹר געװאָרען, נאָך איבּערגעלאָזט בּיי דיר פאַר אַ װאָך געהאַלט,
,-- נוּר דאָס איז נישט אמת, איך האָבּ געװאָלט דאָס מיידעל גוּט בּעפרידיגען, איך האָב איהר אַפּילו אַ פּאָר שענע הונדערט דאַי לאַר געװאָלט געבּען, אַז זי זאָל זיך האָבּען איינצוריכטען אַ ואוי: נוּנג, ווען זי װעט חתונה האָבּען. װאָס האָבּ איך געקאַנט טהון, אַז זי איז געװען אַזױ אַמבּיציעז! איך האָכּ נישט געװאָלט איהרע געפיהלען בעליידיגען, אָנבּאָטען איהר געלד,
,-- אָבּער דאָס מיידעל האָט דיך ליעבּ געהאַט. אוּן ער דער. מאָהנט זיך יעצט די נאַכט אין ,לאָנג-אײלאַנד": -- זוּמער איו עס געווען, אַ װאַרימע נאַכט, זיי זענען צוּם ערשטען געלעגען אויפ'ן בּרעג ים, ואוּ זי האָבּען זיך געבּאָדען זי האָט אַ שעגע פינוּ" געהאַט אין דעם ,בּאָד-אַנצוּג". ,דאָס מיידעל האָט מיך ליעב גי האַט, װי זי האָט געװיינט אויף מיין האַלז, אוּן דאַן, אין צימעף אין האָטעל -- װי זי האָט געקוּשט מייגע הענד, װי זי האָט זיף געפרעהט מיט מיר, אָהן יעדען װידערשטאַנד האָט זי זיך מיף איבּערגעגעבּען -- אוּן זי איז דאַך נאָך אַ מיידעל געװען.. |
,-- אפשר װאָלט איך בּעדאַרפט מיט איהר חתונה האָבּען -- װאָלט מיין לאַגע יעצט אַנדערש אויסגעזעהן? |
-- אָבּער װער האָט דענסטמאָל געקאָנט קלערען װעגען דעם. דאַמאָלס האָבּ איך דאָך אַלצדינג געטהוּן אריינצוקריגען זיף אין דער פירמע ,זילבּערשטיין עט קעניגסבערג". איך האָב דאָף געהאַט די גרויסע קאָמבּינאַציע צוּ פעראייניגען מין קאַפּיטאַל מיט סילװע'ס און אַרײנצוּקויגען דורך דעם די מעהר)
108 טויט : אוּ"טײל
צאָהל אַקציעס פוּן ס. ק. בּ. אוּן אַזױ אַרוּם צוּ װערען אַ שותף אין דער קאָמערץ:בּאַנק, |
=-- גיין, עס איז נישט געווען בּלויז די , קאָמערץ:בּאַנק" -- . סילווע איז מיר געפעלען. דענסמאָל אין דער לאָזשע, װען זי אין געזעסען מיט די ענטבּליזטע הענד, אין דעם בּלױ:טונקעלען טיוּלענעם קלייד -- |
!=-- דענסמאָל אין דער לאַזשע, װען קאַרוּזאָ האָט געזונגען, בּין איך דאָך געווען אין דער לאַזשע פוּן די ,גרויסמאַנס?, דענס: מאָל האָבּ איך זיך דאָך גאָר גע'שדכנ'ט צוּ הענריעטע גרויסמאַן דערפאַר, װאָס איך האָבּ געמיינט, אַז גרויסמאַן װעט מיך מיט אַרײג: נעהמען אין שותּפות פוּן דער ;קלאַדינג:בּאַנק", -- נוּר ערשט, װען איך בּין געװאָהר געװאָרען, אַז דער אַלטער גרויסמאַן האָט איבּער: געגעבען די גאַנצע פערװאַלטונג פוּן דער בּאַנק זיינע צװיי זיהן, אוּן איך װעל נוּר זיין אַ דריטע ראָד צוּם װאָגען -- האָבּ איך געװאָרפען אַנ'אױיג אויף סילווע'ן.
-- אָבּער סילווע קעניגסבּערג איז דאָך מיר געפעלען! איך געדענק דאָך, װי אַ גאַנצע נאַכט האָבּ איך געקלערט װעגען איהר, נאָכדעם װי איך האָבּ זי דערזעהען אין דער לאָזשע מיט די ענט: בּלויזטע הענד !
-- דאָס האָסט דוּ דענסמאָל אין דער נאַכט אויסגעקלערט דעם פּלאַן, די קאָמבּינאַציע מיט דער ,קאָמערץ:בּאַנק" -- דאָס האָסט דו דענסמאָל שוין אױסגעאַרבּײט דעם פּלאַן װי אַזױ צוּ געפעלען דעם אַלטען קעניגסבּערג,
-- וי אַ מאַלפּע האָסט דוּ זיך פערשטעלט. בּיסט געקראַכען אויף אַלע פיער: האָסט געזעהן, אַז דיינע אַלע געלד:טראַנזאַקציעס זאָלען געהן דוּרך דער ,קעניגסבּערגער" פירמע, כּדי דער אַלטער זאָל געװאָהר װערען, װי רייך דוּ בּיסט. בּיסט עקסטרא געװאָרען אַ מיטגליד אין דעם צדקהאַנשטאַלט פוּן איפבּויען דאָס הז פאַר פערזעסענע מיידלעך, פוּן ועלכען די אַלטע קעניגסבּערגערין איז פאָרזיצענדע. אוּן דוּ האָסט דוּרך אַ בּיזנעס:טריק אַרױסגעקריגען דעם פּלאַץ פאַר דעם הויז כּמעט אָהן געלד. דער גאַנצער אַנשטאַלט פוּן די אַלטע מיידען איז דיך אָנגעגאַנגען, װי דער פאַראַיאָהריגער
שלום אַש 109 שׁבַיי -- דאָס האָסט דוּ די אַלטע געװאָלט געװינען. האָסט געגץ, נען אַ גרויסע נדבה פאַר דעם שפּיטאָל, פוּן וועלכען דער אַלטער איז פאָרזיצענדער, בּיסט געװאָרען אַ מיטגליד פון דעם טעמפּעל, אין וועלכען דער אַלטער קענ'גסגערג דאַװענט, כאָטש בּיסט קייג, מאָל גישט פרוּם געװען. אוּן װען די קעניגסבערגס האָבּען צוּם ערשטען מאָל דיך פערבעטען אױיף טיה -- האָסט דוּ זיך פאָר, געשטעלט װי אַ מיאוסע מאַלפּע: האָסט פערלייקענט דיינע עלטערן פֿאַר זיי. הט ט דערציילט, אַז דו' שטאַמסט פון דייטשע יוּדען, אַז שוין דער דריסער דור געפינט איהר זיך אין אַמעריקא. אַז דיין זיידע איז געווען אַ רעוורענד, דיין פאָטער -- אַ קליינער בּאַנקיר אין װעסט, אַז דו בּעדויערסט, װאָס דיינע עלטערן זענען אַזױ פריה געשט;;רבּען אוּן צוּלִיבּ דעם האָסט דוּ נישט געקענט פערענדיגען דעם גקאלעדוש, !אָסט געמוזט ארויסטרעטען אין מיטען דער לעהרע דערפאַר, װייל דוּ בּיסט געװען דער עלטסטער אוּן דוּ האָסט בּעדאַרפט פערנעהמען זיך מיט'ן געשעפט כּדי דער משפּחה פּרנסה צוֹ געבּען. דוּ האָסט געלייקענט, אַז דוּ טראָגטט אַנ'אַנדערן גאָמען, כּדי קיינער זאָל דיך נישט חושד זין, אַז דוּ בּיסט נישט אַ קינד פוּן אַנ'עמיגראַנט,
2-- אָבּער איך האָבּ דאַך זי געליבט, איך האָבּ דאָס אַלעס געטהון דערפאַר, װאָס איך האָבּ סילװעץ ליעבּ געהאַט אוּן איף האָבּ זי געװאָלט קריגען. און איך װײס, אַז אויף קיין אַנדערן װעג װאָלט איך זי נישט בּעקוּמען. די קעניגטבּערגס זענען געווען דייט" שע אַריסטאָקראַטען און זיי װאָלטען זייער טאָכטער נישט געוען אָבּגעגעבּען פאַר אַנ'עמיגראַנטען:זוהן,
-- אַ װאָך פאַר דער חתונה האָסט דוּ נאָך געקלערט ועגען אָבּלאָזען דעט שדוך דערפאַר, װאָס דער אַלטער קעניגסבּערג האָט דיר קיין האָפנונג נישט געגעבּען װעגען דער ,קאָמערץ:בּאַנק" און עס האָט זיך דיר געדאַכט, אַז די קאָמבּינאַציע מיט דעם טשיקאַגעױ גרויס-מאַנופאַקטשורער פון די קליידער װעט דיך גיכער צום ציעל גרענגען, אוּן װען דוּ האָסט דאָס נישט געטהון, איזן עם געװען הערפאַר, נוייל דאָרט איז שוין געװען צוּ שפעט.
140 טויט:אורטײל
| ,-- אָבּער איךהאָבּ סילווען ליעבּ געהאַט -- האַלט ער זיך -פעסט בּיים רעטונגס:שטריק -- זי איז מיר געפעלען | ,-- זי איז דיר געפעלען װוייבּליך. אָבּער דאָס האָט דיר נישט געשטערט, אַז צוויי װאָכען נאָך דער חתונה האָסט דוּ דיך בּעגע: גענט מיט דעם טיידעל פוּן כאָר-װאָדעװיל אין אַטלאַנטיק:סיטי, ,-- אָבּער אַלע זענען דאָך אַזױ, די גאַנצע װעלט איז דאָך נישט בּעסער, אַלע, אַלע פיהרען זיך דאָך אַזױ. בּין איך דען געװוען אנ'אויסנאַהם! קיינער האָט נישט, פאַרװאָס צוּ לעבּען. װאָס פאַר אַ גוּטס האָבּ איך געבּראַכט אין לעבּען וועמען האָבּ איך נוּצען גע, בּראַכט מיט מיין לעבּען? פאַרװאָס האָבּ איך געלעבט! ,-- איך האָבּ געלד געזאַמעלט, איך האָבּ בּערױבּט, איך האָבּ בעגזלט, אַז איך זאָל קאַנען בּעסער, אױסגעלאַסענער לעבּען, איך זאָל האָבּען מעהר מאַכט, מענשען זאָלען מורא האָבּען פאַר מיר, הי -- אָבּער אַלע שטרעבּען דאָך צוּ דעם. אַלע, די גאַנצע װעלט איז דאָך אַזױ. ..-- האָבּען זי צוּליעבּ װאָס צוּ לעבּען?ײ אוּן דאַן איז איהם געקוּמען עפּעס אויפ'ן זינען, זיינע אויגען זענען ליכטיגער געװאָרען, אַגרױסע פרייד האָט אָנגעפיהלט זיין האַרץ בּיז איבּער די בּרעגעס. ער האָט זיך אויפגעזעצט אויף זיין געלעגער, אויפגעהויבּען די הענד אוּן גערעדט הויך, װי עס װאָלט איהם װער געהערט: -- גערטרוּד, מיין קינד, מיין איינציג, ליעבּ קינד, מין פויגעל, מיין גליק, | אוּן סטאָוּן האָט דערפיהלט װאַרימע טראָפּענס רינען איף זיינע הענד, צוּם ערשטען מאָל, צייט ער אין אַ מאַן, האָט ער דערפיהלט דאָס גליק פוּן די װאַרימע טראָפּענס. ער האָט אָנגע: הױבּען הויך צוּ װײינען פאַר גליק אוּן פאַר צער. גערטרוּד אי געווען דער אינזעל, אויף וועלכען דער טריגקענדער האָט זיך גע רָאַטעװועט. ווער װעט װאַגען צוּ צווייפלען אין מיינע אמת'ע גע: פיהלען צו' מיין קינד? געגען דער גאַנצער װעלט בּין איִך געװען.
שלום אש 111
פאַלש אוּן גענאַרעריש. -- מיין קינד האָבּ איך ליעב מיט אמתיער ליעבּע. קיינער קאַן נישט צווייפלען אין דעם,
-- פאַר איהר האָבּ איך דאָס אַלעס געטהון, פאַר איהר האָב איך געשטרעבּט אוּן געזאַמעלט -- דאָס איז געװען מיין ציעל אין. לעבּען, כּדי זי גליקליך צוּ מאַכען,
אָבּער בּאַלד איז געקוּמען אַ גרויסער אמת אוּן האָט זיך איהם געשטעלט אין די אויגען: |
;-- אוּן דאָס קינד, װאָס דוּ האָסט אַזױ ליעבּ געהאַט, דיין קינד, דיין איינציג קינד -- האָסט דוּ פערדעקט מיט אַזאַ שאַנד!"
עס האָט זיך איהם אויפגעדעקט זיין גאַנצע לאַגע, אין װעל: כער ער געפֿינט זיך אוּן אין וועלכער ער האָט אַרײנגעבּראַכט זיין משפּחה,-- מיין קינד האָבּ איך געגעבּען אַ פאָטער-- אַ פערבּרעכער, אַ מערדער, װאָס איז פעראורטיילט אויפ'ן ,עלעקטריק:טשער".
;-- גאָט, גאָט, װאָס האָבּ איך געטהון !"
ערשט איצט האָט ער דערועהן די גאַנצע מוראידיגע טראַי געדיע פוּן זיין לאַגע. דאָס שרעקליכע, װאָס איז געשעהן, אוּ, ער איז אָבּהענדיג געבּליבּען+ / | |
,;-- מיין קינד װעט זיין געצייכענט דאָס גאַנצע לעבּען, מיין איינציג קינד, פאַר װעלכען איך האָבּ געלעבּט, מיין פרייד, מיין גליק, מיין איינציגע ליעבּע, האָבּ איך געשטראָפּט מיט אַשרעקליכער שטראָף אויפ'ן גאַנצען לעבּען. איך האָבּ מ ט אַ פייערדיגען אייזען אױסגעבּריהט אויף איהר שטערן קינ'ס צייכען: איהר פאָטער איז אַמערדער! אַ מערדערס אַ טאָכטער !
,-- אוּן דאָס האָכּ איך געטהוּן, יאָגענדיק זיך נאָך גליק,
ער האָט זיך אַ מינוּט פאָרגעשטעלט, װי ער לעבּט ערגיץ:וואוּ אין אַ פערװאָרפען װינקעל אויפץ לאַנד. ער איז אַ פאַרמער, ער איז אַקרעמער, ער איז אַ לױן-אַרבּײטער. ער װאינט מיט זיין קינד, מיט אַ פרוי, װאָס ער ליעבּט, אין אַ אָרים, קליין שטיבּעל, ער האָט זאָרגען, טאָג:טעגליכע זאַרגען צוּ פערשאַפען זיי בּרויט יעדען טאָג, שיך אָנצוּטהוּן--װי יעדער איינער דאָרט, דרויסטן.
,-- גאָט, פאַרװאָט איז עס מיר נישט בּעשערט געװען, דאָס אָרימע בּיסעל גליק, װאָס דוּ האָסט צוגעטיילט צוּ יעדען דיין בּע:
11 טויט : אוּרטײל שעפעניש אויף דער אָרימער ערד, צוּ פרעהען זיך מיט זיין קינד! פאַרװאָס איז מיר דאָס געקוּמען ?"
,-- אוּן װאָס פאַר אַ שװאַרצען פלעק האָבּ איך אָנגעטהוּן אויף מיין קינד, אויף איהר גאַנץ לעבּען." |
ער איז שטיל געבּליבּען. זיינע אויגען זענען גרויס געװאָרען אוּן װילד, זיין האַרץ האָט אויפגעהערט צוּ קלאַפּען. זיינע גלירער זיך צוּ בּעוועגען. אוּן איגעוועניג אין איהם האָט װער גערעדט מיט אַקלאָרער, זיכערער שטימע, צוּ וועלכער ער האָט זיך צוּגעהערט:
,-- שטאַרבּען, שטאַרבּען אוּן װערען פערגעסען."
דאַן האָט ער זיך דאָס איבּערגעלעגט אן דער שטיל, אָהן װערטער, אויף אַ קלאָרען בּיזנעס:וועג, װי ער איז געואוינט געװען געשעפטען זיך איבּערצולעגען:
,.-- אַז איך װעל לעבּען -- װעל איך זיי יעדען טאָג דער. מאָהנען אָן מיר, שטארבּען -- װעל איך װערען פערגעסען."
אַ ציטער, װי אַ עלעקטרישער שטראָם, איז אַדוּרכגעגאַנגען דוּרך זיין קערפּער.
ער האָט אָנגעלעהנט זיין קאָפּ אויף בּיידע הענד אוּן אי געבּליבּען אַזױ אַ גאַנצע נאַכ?.
טיט ססוהצמאאס
19
דער ,װאַרדען" פוּן דער גרויסער גיײאָרקער שטאָדט פוּן פּאַרבּרעכענס, ,סינג סינג", איז דאַמאָלסט געװוען אַ ּעוואוסטער ,רעז פּאָרמער", ועלכער האָט איינגעפיהרט פיעל נייע מענטשליכע מע טאָדען אין בּאַגעהן זיך מיט די פעראורטיילטע. ער האָט געהאַט אַ טעאָריע, אַז פערברעכען איז נישט קיין זינד, נוּר אַ קראַנקהייט. אַזעלכע, אוּן אין די אוּנג?יקלעכע בּאַדאַרף מען זיך נישט נוקם זיין, נוּר זיי אויסהיילען פוּן זייער קראַנקהײט. די תּפיסה איז דער מאָראַלישער שפּיטאָל פאַר דער פערבּרעכערישער קראַנקהײט, פוּן װעלכען די קראַנקע בּעדאַרפען נאָך אַ געװיסער צייט אַרױס: געהן געזוּנטע. ער האָט זיך בּענומען זעהר מענטשליך צוּ די פער- בּרעכער : אײנגעאָרדענט פאַר זיי פוּן צייט צוּ צייט פאָרשטעלוּנגען, צוּגעלאָזט אָפּט צוּ זי זייערע פאַמיליען, אַפילוּ ערלױבּט זי אַהים צוּ געהן אויף געװיסע צייטען, -- און אַנדערע רעפאָרמען. ער האָט זיך אויך בּענוּמען זעהר מענטשליך צוּ די, פאַר ועלכע עס איז שוין קיין. רפּוּאה ניטשאָ, אוּן זי זיינען פעראוּרטיילט געװאָרען צוּם טויט. ער האָט זי געלאָזט געניסען, אין די לעצטע טעג פוּן זייער לעבּען, פוּן אַלֶּע פרייהייטען, געזאָרגט, אַז זייער עסען זאָל זי גוּט שמעקען, איבּע הױפּט עס זאָל זיי גאָרנישט אויספעה. לען, מען האָט זי אַרױסגעפיהרט אויף דער פריי, כּדי זי זאָלען זיך פערגעסען אַן זייער מזֹל. נור װאָס בּעסער מען האָט בּעהאַנדעלט די צוּם טוט פעראורטיילטע, אַלץ טיפער האָבּען זי געפיהלט דעם צער פוּן טױט. עס איז אױסגעקוּמען, װי מען װאָלט פוּן זי חוזק (113)
114 טויט.:אוּרטײל
מאַכען,. די גוּטע בּאַהאַנדלוּנג פוּן די װעכטער האָט זיי דערמאָנט אָן דער האַפּנוּנגסלאָזער לאַגע, אין וועלכער זיי געפינען זיך.
איבּער דעם טויער פוּן ,טױטען=חויז" איז געשטאַנען אוים- געשריבּען דאַנטע'ס װאָרט פון גהינם : ,יעדע האָפּנונג איז איבּער: געבּליבּען הינטער מיר". אוּן דוקא אין טויטען:הויז איז געווען אַזױ איינגעריכטעט, אַז אַלצדינג זאָל נעהרען די ה אָפנוּנג פוּן דעם האָפ: גונגסלאָזען.,. די ליכט דוּרך די פענסט ר, דער גאָרטען פאַר די פענסטער, די פרייע בּעוועגונג, דײ מענשליכע בּעהאַנדלונג, די גוּטע שפּייזען, מיט וועלכע מען האָט זײי געקאַרמעט. עס װאָלט געװװעף וי מען װאָלט זיך מיט זיי גערײיצט: ,די װעלט האָט אַזוױ פיעל גוּטעס צוּ פערטיילען, אוּן דוּ מוּזט פוּן איהר אַװעקגעה,"
סטאָוּן איז אויפגעװעקט געװאַרען פוּן די סנאָפּעס זוּן, װאָס האָבּען זיך אַרײנגעגאָסען אין זיין פענסטער. ער איז אויפגעװעקט געװאָרען פוז אַ פריידיגען לאַכען, װאָס ער האָט געהערט פוּן דרויסען, אַז ער איז צוּגעקוּמען צוּם פענסטער, האָט ער דערזעהן, אַז דאָס ,טויטען:הויז" איז אַרומגערינגעלט מיט לעבּען. עס איז געװען אַ הערליכער הערבּסט:טאָג, פוּן די לעצטע טעג פוּן ,אינדיען:זומער" די פּאָר בּיימער, װאָס זיינען געשטאַנען אין דעם גאָרטען, האָבּען נאָך פּערמאָגט גענוג גאָ; דענע אוּן בּלוּט:רויטע בּלעטער אויף זיך, כאָטש זייער בּעסטע בּליהוּנג, זייער שעהנסטע גאָלד אוּן זײיער האַרציגע רויטקייט זיינען שוין געלעגען פאַר'חושך'טע אַרוּם זיי אוּן זיך געצאַפּעלט אין זייער בּלוּט... איבּער דעם גאָרטען זיינען גצ ווען פּערשפּרײיט עטליכע אַרעסטאַנטען אין געשטרייפטע קלידער אוּן האָכּען אױסגעגראָבּען פוּן דער ערד די לעצטע קאַרטאַפלעס, צוּזאַמענגעקליבּען די לעצטע הײפּטעלעך קרויט, צווישען די אַרעס: טאַנטען האָבּען זיך בּעוויזען אויך קינדער. עס האָבּען געמוּזט זיין היימישע, װאָרים זיי זיינען געוואוינט געװוען מיט די אַרעסטאַנטען, זיי האָכּען זיך געשפּיעלט מיט זיי, העלפענדיג די אַרעסטאַנטען צו / זאַמענקלײבּען די לעצטע פרוּכטען פוּן דער ערד. אַ מײידעל מיט ! אַ רוט בּענדע? אין די גאָלדענע האָר אין דאָרט געװען. סטאָון ;איז - אַזוֹי צוּגעצויגען געװאָרען צוּ דעם בּילד, אַז עס האָט זיך איהם 'געשטעלט טרערען אין די אויגען פאַר פרייד,
ש לום אש 115
אַ לאַנגע צייט איז ער געשטאַנען בּיים פענסטער אוּן בּעטראַכט די גליקליכע אַרעסטאַנטען, וועלכע האָבּען בּענוצט יעדע געלעגענהייט צו בּאַלאַמויטשען פון דער אַרבּעט אוּן צוּ שפּיעלען זיך מיט די קינדער. צוּ רעדען מיט זיי, צוּ האָפּטשען מיט זי אוּן צוּ פרעהען זיך מיט זיי. מ'האָט געזעהן, װי אויסגעהונגערט זײ זיינען געווען נאָך אַ ביסעלע מענשליכע פרייד; צוּ הערען אַ פרייע מענשליכע שטימע, א גרויס רחמנות האָט סטאָונ'ען אַרוּמגענומען פאַר די אומגליקליכע מעגשען.
ער האָט אין גאַנצען געהאַט פערגעסען אָן זיך, אַן זיין אייגענער לאגע. דאָס בּילד אוּן די זוּן און דער הערבּסט:טאָג אוּן די בּיימער, אוּן דער עיקר די ערד, די נאַקעטע, שװאַרצע ערד, װאָס איז נאָך דאָ אוּן דאָרט בּעדעקט מיט גרינס, װאָס ער האָט קײנמאָל נישט געזעהן, קיינמאָל נישט געקענט, קײינמאָל נישט געפונען פאַר נויטיג צוּ בּעטראַכטען, נוּר ערשט, אַזױ שפּעט -- האָט איהם איצט אָנגעי פילט מיט אַזױ פיעל פרייך, האָפנונג און מוטה, אַז ער האָט אָן אַלעם פאַרגעסען. עס איז איהם לייכטער געװאָרען אויפ'ן האַרצען. אַ גרויסע זאָרג איז אַראָכּגעפאַלען פוּן זיינע פּלײיצעס, און װען דער װעכטער איז אריינגעקומען אוּן געפרעגט איהם, אױבּ ער ווינשט עפּעס, האָט ער גוּטמוּטיג געעענטפערט ;
-- אַ גוטען װאַש אוּן אַ שטאַרקען פריהשטיק. |
-- איך זעה, אַז דוּ ביוט היינט אין אַ בּעסערען מוטה, װײ ;עכטען, דאָס איז גוּט,
-- עס איז נישטאָ קיין אוּרזאַך פאַרװאָס טרויעריג צוּ זיין; די זוּן שיינט, | די זוּן האָט אַזױ געשייגט, אַז עס האָט זיך סטאָונ'ען גצ דאַכט, אַז ער האָט קײינמאָל גישט געזעהן אוּן האָט קײנמאָל נישט געװאוּסט, אַז די זוּן שיינט. ערשט איצט האָט ער זיך דאָס דטרוואוסט,
דאָס פרישע װאַסער אונטער דעם קראַן האָט איהם נאָך ימעהר מוּנטער געמאַכט, אוּן אַז דער וועכטער האָט געשטעלט פאַף איהם די הייסע שיסע? מיט'ן געקעכץ, איז, נישט קוּקענדיג אױיף ידעם נעכטיגען בּעשלוס צוּ שטארבּען, האָט ער געגעסען מיט גרויס
116 טויט:אורטײ5
אַפּעטיט, וועלכען ער האָט קיינמאָל נישט געהאַט אפילו אין זיינצ גוּטע טעג
אין מיטען עסען איז ווידער געקוּמען צוּ איהם דער געדאַנק װעגען דעם טױט:אוּרטייל, װאָס ליגט װי אַ שטריק אויף זיין האַלן, נוּר נאָך מעהר פוּן אורטייל האָט איהם איצט געשראָקען זיין איי. גענער בּעשלוס, צוּ וועלכען ער איז געקוּמען נעכטען בּיינאַכט. ער האָט אַ מינוּ? אויפגעהערט צוּ עסען אוּן טרעהרען האַבּען זיך בּע. װויזען אין זיינע אויגען. (זייט די ערשטע נאַכט אין טױטען:הױיז האָט סטאָוּן געלראָגען זעהר לייכט די טרעהרען אין די אױגען אַרײן, אַ זאַך, װאָס ער האָט זיין גאַנצען לעבּען נישט געקענט בגּעווייזען).
עאָט -- טראַכט ער זיך -- איך בּעדאַרף שטאַרבּען אוּן איך עס מיט אַזאַ אַפּעטיט",
,מוּז איך שטאַרבען } איז שוין טאַקע נישטאָ קיין אַנדער אויסוועג פאַר מיר 4" האַט זיך װידער געפּרוּבט עפּעס אין איהם אויפוועק {. |
;יאָ, יאָ, עס איז נישטאָ קיין אַנדער אויסוועג", |
אָבּער דאָס זענען געווען נוּר װוערטער. דער מח, דאָס האַרץ, זיין בּלוּט, זיין מענליכקייט, זיין גאַנץ לעבּען האָט איצט פּראָטעס: טירט, און אַלעס האָט זיך צוואַמענגענוּמען, אום צוצוקלערען אַנ'עצה, זי אַזױ אָבּצוּראַטעװען דאָס לעבּען,
ער האָט אויפגעהערט צוּ עסען, כאָטש ער האָט נאָך געפיהלט דעם אַפּעטיט אוּן איז צוּגעגאַנגען צוּם פעגסטער, װידער אַרױסגע: קיק) דרויסען,, אין גרינעם גאָרטען אַרײן. אין קאָפּ האָבּען זיך איהם גע שפּיעלט פאַנטאַזיעס, ער האָט זיך פאָרגעשטעלט זיין לעבּען, װי עס װאָלט אַנדערש געקענט זיין, װי עס איז געװען. זיין פאַנ: טאַ"ע האָט איהם פערטראָגען אין אַ װייטער, אָבּגעלעגענער פאַרם, ערגעץ אין אַ װײטער פּראָװינץ, אין סטײט מעין, אין קאָנעטיקוּט, אָדער גאָר א'ן מיטעל:װעסט. ער ואוינט מיט זיין פאַמיליע אויף אַנאַקעטען פעלז אוּן בּעאַרבּײיט די ערד, ער שטעהט אַזױ מיט זיין טאָכטער אויפ'ן פעלר, אין הערבּסט:צייט, אין אַזאַ טאָג װי הייגט
שלום אֲש 117
צווישען די גאָלדענע אוּן בּלוּטיגע בּלעטער, אין קלײבּט אױף 57 לעצטע רעשטען פוּן דער ערד'ס פרוּכטען.
,גאָט, דאָם לעבען האָט צוּ פערטיילען אַזױ פיעל גליק, דאָס לעבּען איז אַװױי רייך אין גליק. עס װאַלגערט זיך דאָך אַרוּם דאָס גליק איבּער דער ערד, אוּן איך האָבּ נישט געװאוּסט, אוּן איך האָבּ עס געזוכט אויף אַזעלכע פערפּלאַנטערטע, געפעהרליכע ועגען, איך האָבּ געמיינט, אַז עס ליגט נוּר אין עשירות, אוּן דערגעהן קען מען דערצוּ דוּרך גנבה, גזלה, דוּרך מענשליכען אונגליק, דורך דעם מ. נשענס טרעהרען אוּן צרות".
;פאַר װאָס לערנען זיי נישט די מענשען, װאוּ עס געפינט זיך דאָס אמת'ע גליק ? אַז דאָס אמת'ע גליק איז אַזױ נאָהענט, נוּף / אויטצוהויצען עס מיט דער האַנט !*
עצוּ װאָס זענען דאַ קירכען? צוּ װאָס זענען דאָ די טעמפּ: לען 1 פאַר װאָס קלערען דאָס נישט אויף די צייטונגען ?" |
,אוּן אפשר האָב איך געמוזט קוּמען דערצוּ, כֹּדי איך זאָל דערזעהן, ואוּ עס געפיגט זיך דאָס אמתיע גליק ני
אוּן דאַן האָט ער זיך געזאָגט דאָס, װאָס יעדער איינער זאָגט זיך, וען עס איז שוין צוּ שפּעט:
;װען זי װאַלטען מיך יעצט אַרױסגעלאָזט, װאָלט איך געי װאוּסט, װוי אַזױ צוּ לעבּען. איך װאָלט געװאוּסט,"
אוּן אָט דער געדאַנק האָט איהם געגעבּען עפּעס אַ שטוּפּ. ער האָט אָנגעהױבּען צוּ רעװידירען דעם בּעשלוּס, װעלכען ער האָט געפאַסט יענע נאַכט אוּן אָנגעהױבּען ענערגיש װידער צוּ זוּכען אַנ'אױסגאַנג פין דער געץ:
;אוּן אפשר אָנהױבּען נאָך אַמאָל דעם קאַמף פוּן דאָס ני זָ איך בּין דאָך אונשולדיג. איך קען דאָך לייכט אויפווייזען די אוּר. זאַך פוּן מיין פערשפּעטיגען דעם צוּג; אַז איך האָבּ קײנמאָל די פרוי נישט געקענט, אַז אַלעס, װאָס עס האָט געטראָפען דעם אַכטען אויגוּסט, איז געווען אַ צוּפאַל, אַז אין אמת'ען האָבּ איך נישט גע: װאָלט הרג'ענען דעם אוּנגליקליכען אַלטען מאַן, אַ חיה האָט געװויל: דעוועט אין מיר, אַ חיה פוּן ליידענשאַפּט. ער האָט מיך געטראָפען אין אַ שלעכטער מינוּט. דאָס העכערע געריכט װעט מיר גלױבּען.
118 / טויט:אוּרטײל
די געשװאָרענע זיינען געװאָרען מיטגעצויגען אין דער ליידעני שאַפט פוּן דער דיסקוּסיע, אין די געריכטס:אוּנטערהאַנדלונגען װאָס די פּרעסע, גאַס, האָט געפיהרט איבּער מיר. אויף װיפיל קע: נען זיי מיך דאָס פעראורטיילען ? אויף צעהן, אויף פוּפצעהן, אויף צוואנציג יאהר! איך װעל עס פאַר ליעפ אָננעמען. איך װעל קאַ: רעקט אוּן עהרליך אויספיהרען די אַרבּײיט, װאָס זיי װעלען לייגען אויף מיר.. איך װעל טאָן אַלצדינג, איך זאָל קריגען אַ בּעגנעדי: גוּנג. זיי װועלען מיך בּעגנעדיגען אין צעהן, אין פוּפצעהן יאָהר אַרוּם, איך בּין נאָך אַ יונגער מענש, איך בּין פיזיש שטאַרק. איך װעל עס איבּערטראָגען. איך װעל אַרױסקוּמען, איך װעל זיך געה: מען צוּ עהרליכער אַרבּײט. אָ, איך װעל װיסען דאַן, װי אַזֹי צוּ לעבּען,*
באַלד האָט װער אָנגעהױבּען צוּ מאָהלען פאַר איהם די אַנדערע זייט, די שטעלונג פוּן די אַדוּמיגע צוּ איהם דערנאָך. ,סטאָוּן דער פעראורטיילטער. אוּן מיין פּאַמיליע? סילווע װעט זיך מיט מיר גטן -- געוויס װעט זי זיך בּעפרייען פוּן מיר. זי האָט קיינמאָל קיין סענטימענטען נישט געהאַט.*
לאָז זי זיך גט'ן מיט מיר. איך װעל זי בּעפרייען. אָבּער גערטרוּד װעט האַלטען מיט מיר. איך װײס, אין די ערשטע ציי טען, װען זי איז נאָך יונג, װעלען זי פּרוּבּירען איינפלאַנצען אין אֹיהר אַ שנאה, אַ האָס צוּ מיר. אפשר װעלען זיי גאָרנישט דערמאָ,. נען מיין נאָמען פאַר איהו זיי װעלען טאָן אַלצדינג, אוּם דאָס קינד צוּ מאַכען פערגעסען אָן מיין עקזיסטענץ. זיי װעלען מיד פערשווייגען פּאַר איהר. איך בּין געשטאָרבּען, גוּט, גוּט. אפשר וועלען זיי איהר איינרעדען, אַז קראָז איז איהר פאָטער, גוּט, גוּט. דאָס קינד װעט אויפװאַקסען, עס װעט זיך דערמאָנען אָן מיר. עס װעט זיך דערמאַנען אָן די קינדערײאָהרען -- אפשר װעל איך שוין דאַמאָלסט פריי זיין. גערטרוּד װעט זיין דערװאַקסען. זי װעט מיך נישט לאָזען אַלײן, עס איז מין קינד, מין בֹּלוּט אוּן פלייש."
אוּן װאָס געהט מיך אָן די גאַנצע װעלט? זײ אַלע אין דרויסען ? איך בּין בּעסער פוּן זיי, איך האָפּ דערזעהן דעם גאַני צען אָפּגרוּנט, אין װעלכען זיי ליגען. איך האָבּ דערזעהן דעם
שלום אש 19 זוּמם, אין וועלכען מיר אַלע זינקען, אוּן איך, װעל זיך אַרױסדראַפּען פוּן דעם זומפ. יאָ, איך װעל בּעצאָהלען דערפאַר מיט צװאנציג יאָהר פוּן מיין בּעסטען לעבען. אָבּער איך װעל זיך ארױסדראַפּען פון דעם זוּמפּ. אוּן װען איך װעל זיך אַרוסקריגען, װעל איך זיין אַג אַנדער מענש. איך בּין שוין איצט אַניאַנדער מענש. װאָס געהען 11 מיך אָן ?0
;אָבּער סילווע ז"
ער האָט זי געזעהן יעצט אין איהר גאַנצער װײבּליכער פיי גוּר, איהרע בּלאַנדע האָר, איהר ײב -- אוּן זי בּאַלאַנגט צוּ אַנ'אַנדערען, אפשוי צוּ זיין פיינד, צוּ קראָזן, אוּן זי וואוינט מיט איהם אין דער זעלבּער וואוינונג, אין דער ואוינונג, װאָס ער האָט איינגעריכטעט, װאָס ער האָט מיט אַזױ פיעל ליעבּע צװאַמענגעל קליבען, אַ שטוּל נאָך אַ שטוּל. יענער זיצט אין זיין בּיבּליאָטעק, אונטער דעם שאָטען פוּן דעם לאָמפּ, װאוּ ער פלעגט זיצען. יענער שפּייזט ביי דעם טיש, בּײי װעלכען ער פלעגט שפּייזען. יענער שלאַפט אין דעם בעט, אין װעלכען.. אוּן איך לעב נאָך! לעב עויגעץ:וואוּ אין אַ לאָך, אין געפענגעניש,. אין אַ פינסטערען װערק. שטעף מיט אַנדערע פערבּרעכער. אוּן ער, מיין פיינד, פּערװאַלטעט מיט מיין פערמעגען, מיט דעם פערמעגען, װאָס איך האָבּ מיט מיינע צוויי הענט צוּזאַמענגעקליבּען;
ער האָט געבּיגען דעם קאָפּ מיט אוּנטערטעניגקײט אוּן גענומען אויף זיך זיין גורל,
,אַזױ איז עס בּעשערט געװען. איך האָבּ קײיגמאָל נישט גע* האָט קיין גליק צוּ דער פרוי. זאָל איהר גאָט העלפען,"
ער איז שטיל געװאָרען. עס איז שטיל געװאָרען אין איהם נאָך דעם געדאַנק. אַ בּערוּהיגוּגג אוּן אַ שטילקייט האָט בּעהערשט זיין גאַנץ װעזען אוּן אַן אונבּעװאוּסטע פרייד האָט איהם אַרוֹמי געגומען,
ער איז צוּגעגאַנגען צוּם טיר אוּן אַרײנגערוּפען דורך די שטאַכעטען דעם װעכטער:
,מיין פריינד, איך האָבּ אַ גרויסע בּקשה צוּם קװאַרדען?. איז
-120 טויט. אורטײ5
יעס מעגליך, אַז מען זאָל מיר ערלױיבּען צוּ אַרבּײיטען אין גאָרטען, וי זיי דאָ 51 -- ווייזט ער דוּרכץ פענסטער, | | ;איך װעל עס בּעדאַרפען פאָרלעגען דעם װאַרדען.
,איך בּעט דין, טהו דאָס" -. האָט סטאָון אָנגעכאַפּט דעם וועכטער'ס האַנט מיט געבּעט -- ,איך װאָלט עס אַװי געװאָלט,*
,גוּט, גוּט, איך װעל איבּעררעדען מיט איהם,* |
;איך דאַנק דיר,*
אין אַ פּאָר מינוּט אַרוּם איז דער וועכטער צוּריקגעקוּמען אוּן האָט איהם געמאָלדען, אַז זיינע אַדװאָקאַטען װאַרטען אויף איהם אין ,װאַרדען'ס" בּיוּראָ, אוּן ער קען מיט איהם געהן זעהן זײ.
אין דער בּיוּראָ פוּן ,װאַרדען", הינטער די גראַטעס, האָבען שוין געװאַרט אויף איהם זיין פריינד גאָלדשמיט אוּן דער אַסיס; טעגט פוּן דעם גרויסען אַדװאָקאַט, װאָס האָט איהם פערטהיידיגט,
,נוּ, װי פּיהלסטוּ זיך, אַלטער יוּבלֶש
,א איך דאַנק אייך, זעהר גוּט" -- האָט סטאָין געזאָגט אַ פרעהליכער,
;דאָס איז אַ גוּטער סימן. מיר קענען דיר שוין איבּערגעבּען, אַז די גאַנצע פּרעסע, די גאַנצע שטאָדט איז אויפגעקאָכט איבּער דעם אוּרטייל, אוּן מיר האָבּען די בּעסטע האָפנוּנגען. פוּן איבּעראַל זאָגט מען אונז צוּ שטיצע. דאָס געריכט אַליין װיל דערמיט אַן ענדע מאַכען,*
?אָ, דאַנקען גאָט? -- האָט סטאָון אַרױסגעקרעכצט,
,מיר גרייטען צו דעם מאַטעריאַל פאַר דער אַפּעלאַציע, מיר װילען זיך מיט דיר אַן עצה האַלטען. אױב דוּ װעסט איינגעהן דערויף, דער פּונקט איז זעהר ויכטיג. אוּן װען עס װעט אוּנז געלונגען דעם פּונקט צוּ בּרענגען אין דעם ריכטיגען ליכט, איז אונזער {זאַך געװאונען. אַזױ זיכער, װי מיר האָבּען איצט טאָג.*
,רעטעט מיך, מיינע..." -- האָט סטאָוּן נישט פערענדינט דעם זאַץ, אוּן פאַר שאַנדע, װאָס ער איז שװאַך געװאָרען, האָט ער זיך מיט אַ האַנד פטרשטעלט די אויגען, | == תיאָ,- זיכער, װי עס איז דאָ אַ גאָט אין הימע?, דוּ װעסט | לעבּען. מיר האָבּען בּעשטימט אויפצוּדעקען אַלע קאָרטען, ארויס-
שלום אַשׁ / 121
צוּקוּמען מיט דעם גאַנצען אמת, נישט מעהר זיך שפּיעלען מיט קיין סענטימענטען. עס האַנדעלט זיך דאַ אוּם דיין קאָפּ."
װאָס האָט איהר בּעשטימט צוּ טאָן?"
;הער אויס, די אָנקלאַגע האָט געבּויט איהר גאַנצען בֹּעֲשוּל. דיגונגס:אַקט אויף דטם, װאָס דוּ האָסט פערשפּעטיגט דעם צוּג אוּן דוּ האָסט נישט געקענט ערקלערען די אורזאַך, פאַר װאָס דוּ האָסט דיך דעם אַכטען אױגוסט נישט געפונען מיט דיין פּאַמיליע צװאַ. מען,. נוּ, װעלען מיר יעצט אױפּדעקען דעם גאַנצען אמת. מיה האָבּען בּעווייזען דערפאַר, אַז מיסעס סטאָון האָבּט גאַנצע אָבענדען געשיפט זיך אין זיין ,קאנאָ:שיפעל" איבּער'ן טייך. מיר האָבּען נאַך מעהר קאָמפּראָמיטירענדע בּעווייזען, װאָס דוּ װײסט נישט, אַז דוּ האָסט געהאַט אַ גענוּגענדע אוּרזאַך, נישט נור בּלויז אייפערזיכטיג צוּ זיין, נוּר אַפִילוּ אַנצוקלאָגען דיין פרוי אױיף אַ גט. נישט וע* לענדיג אַרויסוופען אַ סקאַנדאַל אין דעם טאָג פוּן דין קיבד'ס געבּורטט:-טאָג, וועלכען קראָז האָט געװאָלט פּראָװאָצירען -- צוּליעבּ דעם האָסטוּ זיך איינגעהאַלטען אוּן בּיסט נישט אַרױסגעפאָהרען נאָך ,סטעטען הוּט". מיר האָבּען בּעװײוען -- אַז מיסעס סטאָוּן, וועלכע שפּיעלט איצט די ראַלע פוּן אַ צדקניות, איז געווען פער. אינטערעסירט, אַז דוּ זאָלסט נישט אַרױסקומען דעם אַכטען אױגוסט קיין ,סטעטען הוּט", װוייל דעמזעלבּען אַבענד האָבּען זי שכנים גע: זעהן אין מיסטער קראָז'ס שיפעל, דאָס װעט אינמאַל פאַר אַלע מאָל אויפדעקען די קאָרטען. עס װעט ערקלערען דיין גאַנצען פּסיײ כאַלאָגישען צוּשטאַנד פוּן אַכטען אױגוסט. עס װעט ערקלערען אַלע דיינע מעשים. דער גאַנצער פּראָגעס װעט דוּרך דעם קריגען אַ גאַנץ אַנדערע ריכטוּנג. נאָך מעהר, די גאַנצע סימפּאַטיע פוּן דער עפענטליכער מיינונג, װעלכע אין יעצט, נאָכ'ן שטרענגען אורטייל פוּן די געשװאָרענע, זעהר גענויגט צוּ דיר, װעט בּיי דער בּעלויכ. טונג מיט איין קלאַפּ איבערגעהן אויף דין זייט. אַזױ קלאָר װי דער טאָג, דוּ בּיזט אַ פרייער כעגש". סטאָוּן איז בּלייך געװאָרען אוּן האָט געשוויגען.
ענוּ, װאָס זאָגסטוּ צוּ דעם זי
סטאָוּן האָט צוערשט אַ לאַנגע װויילע געשויגען דערנאַן
122
האָט ער אָנגעהױבּען שאָקלען מיט'ץ קאָפֿאױף גיין, אָהן װערטער, ;װאָס 4" | ,קיינמאָל נישט אין מיין לעבּען... אז איך זאָל אַפיל: וויטען
צוּ געהן אויפ'ן עלעקטרישען טויט:שטוּל. דאָס איז ערגער װי דער
טויט" -- האָט ער צוּגעלעגט פאַר זיך אין דער שטיל, ;אָבּער, מענש, דיין לעבּען, דיין קאָפּ שטעהט אין געפאַהר.* ;קיין איין װאָרט נישט מעהר דערפוּן, דזשענטעלמען, איך
מוּז אייך בעטען" -- האָט סטאָון געזאָגט, ציטערענדיג מיט זיין
גאַנצען קערפּער. די אַדװאָקאַטען האָמען זיך אָנגעקוּקט פערואונדערט אוּן
ערשטויגט, ;אָבּער, מענש, מיסעס סטאָון האָט דאָך נישט אַרױסגעװיזען
קיין געפיהל פוּן רחמנות, פוּן צוּגעהעריגקייט צוּ דיר. דערמאָן דיך,
װי זי האָט דיך בּעהאַנדעלט דורך דער גאַנצער צייט פוּן פּראָצעס,
דאָס האָט דאָך געהאַט אַזאַ װירקונג אויף די געשװאָרענגע, איבּער
איהר, איבּער איהר הענגסטוּ דאַך זי ;דזשענטעלמען, אַז איהר װעט נישט שווייגען, בּיי גאָט, אַן איך פּערלאָז אייך". דאַן האָט ער געזאָגט אין דער שטיל, װי פאַר
זיך: / אַ. פעראורטיילטער האָט אויך אַ האַרץ". די אַדװאַקאַטען האָבּען שוין געשוויגען. ווען איהר האָט נישט צוגעקלערט עפַּעס בּעסערס, איז פער,
פאַלען, דאַן מוּז איך שטאַרבּען, " אויבּ אַזױ, בּלייבּט גאָר נישט איבּער, נוּר צוּ לאָזען פּאַלען
די אַפּעלאַציע אוּן אַרײנצוגעבּען אַ פּעטיציע צוּם גוּבּערנאַטאָר פאַר
אַ בּעגנעדיגוּנג. מיר זעהען נישט קיין אַנדער פּונקט, אויף ועלכען
מען קען שטיצען די אַפּעלאַציע". ,איך װעל נישט אונטערשרייבען קיין פּעטיציע פאַר בעגנע:
דיגוּנג" -- האָט סטאָון געזאָגט אין דער שטיל, פאַר זיך, מיט אַ
פעסטע שטימע פוּן אַ זיכערען בּעשלוס, -- ,דאַן מוז עס דיין פאַמיליע טאָן פאר דיר, אויבּ דוּ בּיזט
זיכער, אַז זי װעלען עס טאָן? -- האָט גאָלדשמיִדט געזאָגט מיט
ש לום אַש 13
אַ סארקאַסטישען שמייכעל, ועלכער איז ערשינען אויף זיינע קוּרץי געשאָרענע ענגלישע װאָנסעלעך,
סטאָון האָט איהם אָנגעקיקט, זיין גאַנצער גליק איז געװאָי רען קאַנצענטרירט אויף גאָלדשמידט'ס קוּרץ:געשוירענע ענגלישע װאָנסעלעך, װי ער װאָלט געזוּכט דעם סאַרקאַסטישען שמײכעל, וועלכער האָט נאָר װאָס אויפגעלויכטען אוּן אויסגעלאַשען געװאָרען אין זי זיינע אויגען זענען גרעסער געװאָרען אוּן זיין גאַנצער פּנים איז בּעלעבּט געװאָרען, דאַן האָט ער געזאָגט, װיעדער אין דער שטי?, פאַר זיך, מיט אַ זיכערען טאָן, װי ער איז געהאױינט געווען אין , בּיזנעס", װען ער איז געקומען צוּ אַ בּצשלוּס :
| = אַזױ װעט עס טאַקע בּלייבּען, מיין פאַמיליע װעט בּעשטימען
צי איך זאָל לעבּען, אָדער איך זאָל שטאַרבּען. אַװֹי העלף מיר גאָט,"
גאָלדשטידט -- גישט סטאָוּן -- איז בּלייך געװאָרע, און אָנגעקוקט סטאָונ'ען מיט שרעק.
,קוק נישט אויף מיר, װי איך װאָלט משוגע געװאָרען. איך בּין נישט משוגע. בּלייבּט געזונד, מיינע פריינד. פיעל דאַנק פאַר אַלעס, אַװי בּלייבּט עס,י
ער האָט זיי געגעבּען די האַנד, אוּן אין צוריקגעגאַנגען אין שויטען:הויז אַרײן.
15
די ערלויבניש אויף צוּ אַרבּײיטען אין גאָרטען פאַר דעם ,טויטען-הויז? האָט סטאָוּן נישט געקריגען. ,טויטע מעגשען אַר: בּייטען נישט" -- ער האָט נוּר געהאַט די מעגליכקייט צוּ בּעטראַכ. טען די פרייד, װאָס דאָס לעבּען האָט אַזױ בּיליג צוּ פערטיילען (װאָס ער האָט ענטדעקט אַזױ קוּרץ פאַר זיין גרוב דוּרך דעם פענסטער. קיינע נייע איבּערלעבּענישען זאָלען נישט אָבּציהען די אויפמערזאַמקײט פוּן דער חרטה איבּטר זיינע פערגאַנגענע זיגד, דורך די לעצטע פּאָר טעג פוּן זיין לעבּען, װאָס די גערעכטיגקייט האָט איהם צוּ דעם צוועק געשאנקען -- ער האָט צייט געהאַט דוּרך נעכט װאַכעדיגע אוּן דוּרך טעג, לאַנגזאַם בּיז משוּגעת קריכעג: דיגע, צום הוּנדערטסטען מאָל איבּערצוּטראַכטען זיין בּעשלוּס, צוּ וועלכען ער איז געקוּמען, אַז זיין פאַמיליע זאָל בּעשטימען זיין אוּר: טייל, אוּן װאָס מעהר ער האָט געקלערט דערפוּן, װאָס מעהר ער האָט זיך געגריבּעלט אין דעם געדאַנק -- האָט ער איינגעזעהן, װי גערעכט אוּן װי ריכטיג ער איז, ער האָט דוּרך דעם בּעשלוּס געװאָלט געבּען אַ טעם זיין לעבּען, אַ בּערעכטיגונג פאַר אַלע זיינע עולות, װאָס ער איז בּעגאַנגען. ,פאַר מיין פּאַמיליע האָבּ איך גע: לעבט, פאַר מיין איינציג קינד, װאָס איך האָבּ ליעבּ, אוּן פאַר דער פרוי, װאָס איך האָבּ ליעבּ (יאָ, איך האָבּ זי ליעבּ. איך האָבּ זײ ליעב געהאַט אוּן האָבּ זי נאָך ליעבּ בּיז'ן היינטיגען טאָג, נאָך אַלעם, װאָס עס איז געשעהען). זי האָבּ איך בּעקליידט מיט שאַנד אויפין גאַנצען לעבּען. מיין איינציג קינד, װאָס איך האָבּ ליעֵבּ, אוּן מיין
' )124
שלום אש 125 פרוי, װאָס אי'ך האָבּ ליעבּ. ווארוּם וויפיעל זי װעט זיך נישט וצ לען בּעפרייען פוּן מיר --. מיין נאָמען װעט הענגען אױף איהר לייבּ, וי אַ אייזערנע קייט -- ,סטאוּנס ווייבּ". ,סטאוּנס אלמנה" -- ער האָט געציטערט בּיי דעם װאָרט. דוּרך דעם, זאָלען זי אַליין בּעשיידען -- צי זיי װילען, אַז איך זאָל אינמאָל פאַר אַלע מאָל אויסגעמעקט װערען פוּן דער ערד, פערגעסען װערען פוּן זיער האָריזאָנט אויף שטענדיג -- אָדער, איך זאָל לעבּען בּלייבּען ער. גיץ:וואוּ אין דער פינסטערניש אוּן זיי זאָלען דאָך האַנען אַ שייכות מיט מיר, זיי האָבּ איך בּע'עוליט -- זיי זאַלען משפּטץ,
ער האָט מיט דעם געדאַנק אײנגעשטילט זיין קאַכעדיועס בּלוט, װאָס האָט פּראָטעסטיר'ט געגען טױט, זיינע װאַכענדיגע גע: פיהלען, װאָס האָבּען זיך גאָרנישט געװאָלט צוּפּאַסען צוּם טױט; זיינע קװאַלענדיגע געדאנקען, װעלכע האָבּען בּגנבה, װי הינטען אַרוּם, אָהן זיין וויסען, געבּוּנטעװעט זיך געגען זיין בּעשלוּס אוּן געהאַלטען אין איין אױסאַרבּײטען פּלענער, װי אַזױ זיך צוּ בעָ. פרייען פוּן טויט, | | דער געדאַנק האָט זיך פערװאַנדעלט ביי איהם אין אַ לוסט. געפיהל, אוּן דאָס לוּסט:געפיהל האָט אים געגעבּען כּח צוּ קעמפען געגען זיין לעבּענס:חשק און אים בּײצוּקוּמען. האַ, האַ, חאַ -- האָט ער געלאַכט -- מיין גורל ליגט אין די הענד פון מיין פרױײ --- פוּן דער פרוי, װאָס איך האָבּ ליעבּ. זי װעט ענטשײידען אוב איך זאָל לעבּען אָדער שטאַרבּען. אוּן זיס װעט מיר זיין צוּ שטאַר. בּען פאַר איהר -- דערפאַר װוייל איך האָבּ זי ליעב...
ער האָט זיך געקװיקט מיט דעם געפיהל בּיינאַכט אויף זיין געלעגער, אוּן דאָס געפיהל האָט אים געשטאַרקט דוּרך די פּײיני ליכע טעג, אַז ער זאָל נישט שװאַך װערען.
אוּן נאָך עפּעס: דאָס געפיהל האָט אין איהם, טיעף אין איהם אַ האָפּנוּנג בּענייט. -- מיין פאַמיליע װעט מיך נישט לאָזען שטאַר: גען, נישט נאָר מיין קינד, נאָר די פרוי, װעלכע איך האָבּ אַזױ ליעב אוּן זי האָט מיך פיינד, װעט מיך אויך נישט לאָזען שטאַר. בּען". די האָפּנונג איז פערװאַנדעלט געװאָרען אין אַ אמוּנה, װעל.
16 טויט:אורטײל
כע האָט אויסגעפילט זיין לעער האַרץ אוּן האָט בּעפרוכפּערט זיינע טעג מיט האָפנונג,
ערשטוינט זענען געבּליבּען די אַדװאָקאַטען ערשטוינט זי נען געבּליבּען זיינע פריינד --- אַלע, װאָס האָבּען סטאוּנ'ען געקענט בּיז איצט -- איבּער דעם מאָדנעם בּעשלוּס, װאָס ער האָט אָנגע: נוּמען,. אוּן די װעלט האָט געזעהען מיט בּעװאוּנדערוּנג (זיינע פריינד מיט פערצווייפלונג), װי עס װערט אַדוּרכגעלאַזט די צײט פוּן דערלאַנגען אַפּעלאַציע אוּן עס װערט גאַרנישט געטוּן. דער גאַנצער מאַטעריאַל, װאָס זיי האָבּען געזאַמעלט, די גאַנצע אָנ שטרענגונג זייערע צוּ ראַטעװען זיין לעבּען -- געהט פערלירען | מיט גאַרנישט. | עס האָט נישט געהאָלפען די טענות פוּן זיינע אַדװאָקאַטען די װאָרנוּנג פוּן זיינע פריינד, אַז ער שפּיעלט אַ שלעכטע שפּיעל, אַז זיין קאָפּ איז אין מויל פוּן אַ טיגער -- סטאוּן איז געבּליבּען - פעסט בּיי זיין בּעשלוס,. עס האָט אפילוּ נישט געהאָלפען דאָס בּע= שטעהען שוין פוּן די אַדװאָקאַטען צוּ לאָזען פאַלען דעם פּונקט . װעגען דער פרוי'ס אוּנגעטרייקייט אוּן צוּ זוּכען אַניאַנדערען רע, טונגס:פּונקט פאַר דער אַפּעלאַציע - סטאָין איז געבּליבּען פער: - עקשנ'ט בּיי זיין בּעשלוּס. -- , געגען קיינעם בּין איך נישט שוּלדיג, נאָר געגען מיין פּאַמיליע -- זיי זאָלען ענטשיידען: איך זאָל לע בּען אָדער איך זאָל שטאַרבּען".
דוּרך דער צייט, װאָס סטאוּן זיצט אין טויטען הויז" האָט ער געהאַט די געלעגענהייט זיך צוּ בּעקענען מיט די איינוואוינער --- זיינע שכנים, בּיים װאַשען אין דערפריה, בּיים עסען, ביים שפּאַציר:גאַנג, בּיים געבּעט אוּן בּיי פיעל אַנדערע געלעגענהייטען. אַזױ װי ער -- האָבּען זי אַלע געגלויבּט, אַז זיי װעלען נישט געהן אויפ'ן ,, עלעקטריק:טשער", אַ נס װעט געשעהן אוּן זי װעלן בּלײיבּען לעבּען. נאָר מיט דעם חילוק, װאָס זײי, זיינע חברים פוּן טויט, זע נען געווען זיכער, אַז זייערע פאַמיליען װעלען זי נישט לאַזען שטאַרבּען. זי האַבּען געװאוּסט, אַז זײיערע ווייבּער, זייערע מו טערף, די פאַטערס זייערע -- ליגען בּיי דער טהיר פוּן גוּבּערנאַטאָר,
לאָגען אָבּ די טהירען פוּן אַלע; װאָס האָבּען אַ איינטלוס. זיי זע
שלום אש 17
נען געווען זיכער, אַז די טרעהרען פון זייערע אייגענע װעלען זי ראַטעװען, סטאָוּן אָבּער האָט די ויכע-קייט נישט געהאַט. איינער נאָר איז געװען אין דער וזעלבער לאַגע, װאָס ער. אוּן דאָס איז גע: ווען -- זיין שכן, דער ניגער, רעפּ, װעלכען ער האָט געהערט יי דען פּאַרנאַכט ווייגען דורך דער װאַנד פון זיין קאַמער,
ער איו נאָך געװען כּמעט אַ יוּנגעל. דער ניגער האָט גע: האַלטען אין איין טענה'ן, אַז ער איז נאָך גישט אַלט קיין אַכצעהן יאָהר, דוּרכדעם טאָר מען איהם נישט זעצען אויפץ אעלעקטריק: טשער". אין די פּאַפּירען איז ער אָבּער געשטאַנען פערשריבען עלטער אוּן דאָס געריכט האָט געפוּנען, אַז ער איז שוין גענוג אַלט צוּ קענען שטאַרבּען, ער איז געװען פערמישט אין אַ איבּער: פאַל איבּער אַ ווייסער מיידע?, װעלכע ער האָט אַראָבּנעשלעפּט אין אַ קעלער אוּן דאָרט פערגעװאַלדיגט אוּן דערשטיקט. אַז מען האָט איהם געכאַפּט, האָט איהם דער צורײיצטער עולם געװאָלט לינטשען, די פּאַליצײ האָט איהם מיט גרויס מיה אָבּגעראַטעװעט פוּן צעװילדעװועטען המון, צוּליעכּ דעם, אַז עס אי געקומען צוּם געריכט פאַר די געשוואוירענע -- האָט מען זיך נישט זעהר פיעל מיה געגעבּען אױיסצוּגעפינען, אוב דאָס ווייסע מיידעל איז טאַקי געווען אַזױ אוּנשולדיג, װי דער אָנקלאָגער האָט זי פאָרגעשטעלט, גישט וי דער ניגער האָט געזאָגט, אַז זי האָט איהם גע'כּשופט אוּן בַּיי איהם צוּגענומען דאָס גאַנצע געלד, װאָס ער האָט פערדינט אוּן געגאַנגען איז זי מיט אַנדערע. קיין געלד האָט ער נישט געהאַט אויף אַ אייגענעם אַדװאָקאַט, אוּן דער אַדװאָקאַט, װאָס די שטאָדט האָט איהם געגעבּען, איז געגאַנגען אויף ,פּראַקטיק? אוּן עס האָט זעהר ווינציג איהם געאַהרט, אױבּ די מלוכה װעט אַרעמער װערען מיט אַ ניגער אָדער נישט. קיינעם האָט ער נישט געהאַט פוּן זי ניגע. געקוּמען איז ער פוּן דעם דרום, אוּן ער װייסט נישט אוב זיינע עלטערען לעבּען נאָך, אָדער זי זענען שוין געשטאָרבּען. די פּאַפּירען, װאָס מ'האָט געשיקט אין זיין גענוּרטס-שטאָדט אױסצוּגע. פינען זיין ריכטיגע עלטער, זענען נאָך נישט צוּריקגעקוּמען -- אוּן דער גיגער האָט זיך געהאַלטען דוּרכדעם אין איינרעדען, אַז מען װעט איהם, צוּליעֵבּ זיין מינדעריעהריגקייט נישט טויטען,
יי יו
124 טויט : אוּרטײל מיט איהם האָט זיך סטאָוּן בּעפריינדעט מעהר, װי מיט די אַנדערע זיינע מיטשטאַרבּענדע. עס איז געװען אפשר דערפאַר, װאָס דער אַריסטאָקראַטיעער װיצע:פּרעזידענט פוּן דער ;קאָמערץ. צּאַנק" האָט זיך געפיהלט אַזױ איינזאַם אוּן אַלײן, װי דער פערי לאָזטער ניגער. פּוּנקט אַזױ װי דער ניגער -- האָט ער אויך קיי נעם נישט, װער עס זאָל זיך אָנגעהמען פאַר איהם. אוּן ווען סטאָוּן האָט זיך נאָר געטראָפען מיט איהם, האָט ער פערפיהרט מיט איהם אַ געשפּרעך : -- נוּ, רעפּ, זענען שוין אָנגעקיּמען די פּאַפּירען פוּן אַט. לאַנטאַ | -- נאָך נישט, בּאָס (דער ניגער האָט גערוּפען סטאָוּנ'ען ,בּאָס", אַזױ װי ער װאָלט איהם געוען גערוּפען אויף דער פריי). נאָר זי וועלען געװיס אָנקוּמען, אין אַטלאַנטאַ שטעהט אַלעס פער. שריבּען, | = -- געװיס וועלען זי אָנקימען, רעפּ. זי זענען שוין אָנגע: קוּמען. נאָר זיי בּעהאַלטען זיי אויף דער לעצטער מינוּט. אין דער לעצטער מי.וּט, אַז זי װעלען דיך געהן פ'הרען צוּם ,עלעקטריק* טשער" -- װעט אָנקימען די בּעגנעדיגוּנג פוּן גובּערנאַטאָר. -- יאָ, דוּ האָסט רעכט. אַלע זאָגען אַזױ,. דער ,װאַרדעןף זאָגט אויך אַזױ. נאָר שער צוּ װאַרטען. גאָט װײס -- שװער צוּ לעבּען אַזױ אין ספק. עס עגבּערט אין קאָפּ בּייטאָג אוּן בּיינאַכט, - װי צאָהן:װעהטאָג. -- פערפאַלען, אַ געזעץ אַזעלכעס, -- טרייסט איהם סטאָון, -- אַ שלעכטער געזעץ, -- זאָגט דער ניגער. | -- יאָ, אַ שלעכטער געזעץ. --- אוּן מיט דיר װי האַלט עס, בּאָס! -- איך ווייס נישט, רעפּ. --- נוּ, פאַר דיר בּין איך זיכער. דוּ וועסט נישט געהן אויפץ עלעקטריק:טשער. -- פאַרװאָס מיינסט דוּ אַזױ? -- דיין מאַמע װעט דיך נישט לאָזען טויטען. -- מיין מאַמע לעבּט נישט מעהר,
שלום אש 129
-- איז עס דיין װײבּ. זי איז אודאי אַ שענע, יונגע פרו. אַז זי װעט זיך שטצלען פאַר דעם גובּערנאַטאָר אוּן אַנהױבּען צוּ װויינען, װעט ער בּאַלד אונטערשרײיבּען דעם ,פּאַרדאָן". מען זאָנט, אַז דער גױבּערנאַטאַר קען נישט איבּערטראַגען קיין װײבּער:טרעהרען. װוען איך װאָלט געהאַט אַ פרוי, װאָס זאָל וויינען פּאַר מיינעטוועגען. פאָר דעם גוּבּערנאַטאָר -- בּין איך זיכער, אַז איך װאָלט אויך גע: לעבּט.
-- אוּן דו מיינסט, רעפּ. אַז עס לוינט זיך?--פרעגט סטאוּן.
-- איך װעל דיר זאָגצן, באַס". לוינען לוינט זיך גישט, נַּאַר דער חילוק א ז דער: אַז דוּ לעבּסט -- האָסט דוּ אַ ;שאנס" און אַז דו בּיסט טויט--האָסט דוּ שוין קיין ;שאַגס* גישט. דאָס איז דער פּונקט,
-- יאָ, דוּ האָסט רעכט, רעפּ. זיי אין גוּטען מוּט,
-- דאַנק, בּאַס זיי אויך אין גוּטען מוּט,
אוּן זי גיבּען זיך די הענד אין צושיידען זיך.
בּייטאָג אי דער ניגער שטענדיג געװען אין גוּטען מיט, אָפּטמאָל הערט איהם אפילוּ סטאָוּן יינגען ניגער:לידער דוּרך דער װאַנד. בּיים עסען איז ער פרע ליך אוּן מאַכט װיצען מיט בבֹּיני בּען", אַז זי װעלען בּעדאַרפען פאַר איהם אַ ספּעציעלען מאַטאַר פוּן אַ הונדערט פערד:קראפט אַריינצילאָזען אין איהם דעם עלעק= טרישען שטראָם, נאָר קוים קוּמט פאַרנאַכט, די זוּן הױבּט זיך אָן זעצען אוּן צווישען די נאַקעטע צווייגען פוּן די בּוימער, װאָס שטע: הען אן דרויסען, הױבּט זיך אָן ציּ װעבּען אַ טונקעלעס געװעבּ -- הערט זיך רעפּיס געוויין. ער וויינט, װי אַקינד װאָלט זיך גע" קל גט פאַר ועמען, װי ער װאָלט געלעגען אין דער מוטערס שויס און געזשאַלעװעט זיך, נישט דעריבּער, װאָס עס פעהלט איהם עמּעס, נאָר פאר פערגעניגען-ועגען, גלאַט אַזױ, דערפאַר, װאָס ער האָט אַ מוּטער זיך צוּ קלאָגען פאַר איהר,
-- איך בּין נישט שוּלדיג--קלאָגט ער דורך דער װאַנד, דער ניגער-- זיי ווייסען אלע, אַז זי האָט מיך געכּשופ'ט, דאָס גאַנצע | געלד האָט זי אױסגענאַרט פון מיר אוּן געגאַנגען איז זי מיט דעם
קרוּמען איטאַליענער. מיט איהם איז זי געגאַנגען אין די ,װאָדע*
130 טויט =+ אור טײל
ווילס", אין די טאַנץ:האַלעס אוּן מיט מיר אין די הינטער:הויפען, כּדי דאָס געלד בּיי מיר אױסצוּנאַרען.--אַזױ האָט ער געבּורטשעט פאַר זיך אַ לאַנגע צייט, װאָס אַמאָל שטילער, בּיז ער אין איינגעי שלאָפען אוּן עס האָט זיך דערהערט זיין שנאָרכען,
נאָר װעמען סטאָון האָט מקנא געװען--איז עס געװען פבינ" בּען". ,בּינ:בּען", אַ הויכער, בּרייטבּייניגער, אַ רויטער גוי, אַזױ הויך װי אַ געבּיידע. ער איז געװען אַ אָנפיהרער פוּן אַבּאַנדע, װאָס האָבּען געמאַכט דרייסטע איבּערפאַלען אין געװעלבּער אין מיטען העלען טאָג. אַרײנגעפאַלען איז ער איבּער אַ פרוי, װעלכע ער האָט. ליעבּ געהאַט, מיט װעמענס מאַן ער האָט צוּזאַמען געאַרבּײט, זי האָט איהם אָנגערעדט, אַז ער זאָל הרג'ענען איהר מאַן, אוּן אַז ער האָט עס אויסגעפיהרט, האָט זי איהם, װי דלילה שמשונען איבּערגעגענּען אין די הענד פוּן די פּאָליצײ, װען ער האָט זיך. געהאַט בּעהאַלטען בּיי איהרס אַ שוועסטער. דערפאַר, װאָס די פרוי האָט אַרױסגעגעבּען די גאַנצע בּאַנדע רױיבּערס אוּן האָט בּיים פערײ. הער געהאָלפען זי צוּ פערשיטען--איז זי אָבּגעקומען מיט אַ פער. העלטניסמעסיג קליינער שטראָף און ,בּינ-בּען" איז געװאָרען גע: שיקט אין ,טויטען:הויז". נאָר נישט קוקענדיג דערויף, װאָס ער פערלירט זיין לעבּען אויפ'ן מובּ פוּן ליבּע צוּ אַניאַנדערער פרוי --האָט זיין אייגענע פרוי וועלטען איינגעלעגט אָבּצוּראַטעװען איהר מאַן פוּן טויט, זי, מיט אַלע איהרע קינדערלעך, וועלכע מען זאָגט, אַז זי האָבּען בּעטראָפען אַזיבּען שטיק, זענען יעדען פאַרטאָג אַרױסגעפאָהרען נאָך אַלבּאַני, אָבּגעהיטען דעם גוּבּערנאַטאָר, װי זי האָט איהם נאָר געקענט געפינען אוּן געפאַלען צוּ זיינע פיס. זי מיט אַלע זיבּען קינדער האָבּען אָנגעכאַפּט איהם בּיים ראָק אוּן ער האָט זיך נישט געקענט פוּן זי בּעפרייען, סידען מען האָט זײ געמוּזט אַװעקנעמען מיט געװאַלד, זי פלעגט ליגען תּמיד אין קיך פוּן גוּבּ;רנאַטאָר, געװיינט אוּן געבּעטען זיך פאַר דעם גוּבּערנאַטאָרס פרוי, אַז זי זאָל װירקען אויף איהר מאַן, געבּעטען זיינע דינסטען, זיינע קינדער, אַז זיי זאָלען רחמנות האָכּען אויף דעם פאָטער פוּן איהרע קינדער אוּן מען זאָל איהם, איהר מאַן, ראַטעװען פוּן טויט, אין אַז דֶעם גוּבּערנאַטאָרס װײבּ, בּיי װעלכער זי האָט געבּעטען
ש לום אַשׁ 131
רחמנות, האָט איהר אויסגערעדט, פאַרװאָס זי האָט נישט אויף אַזױ פיעל זעלבּסט:רעספּעקט אוּן שעמט זיך נישט צוּ בּעטען פאַר אַ מאַן, װאָס האָט זי אָבּגענאַרט מיט אַנאַנדער פרוי--האָט זי דערויף אב: געענטפערט דעם גוּבּערנאַטאָר'ס פרוי: אַז ,ווען זי, דעם גוּבּערנאַטאָר'ס פרוי, װאָלט זיך געפונען אויף איהר אָרט--װאָלט זי אויך דאָס זעלבּע געטהון, װאָס זי",
דאָס איז געקוּמען אין די ציטוּנגען, די גאַנצע שטאָדט האָט געלאַכט אוּן די עפענטליכע מיינוּנג איז געװאָרען אױפּמערקואָס אויף איהר,
די פרוי פלעגט קוּמען זעהר אָפט נאָך ,סינג-סינג? אוּן אַלעס אַדוּרכזעצען אוּן קריגען די ערלױיבּניש צוּ זעהען זיך מיט איהר פּעראוּרטיילטען מאַן, זי פלעגט קוּשען זיינע הענד, טרייסטען איהם א וּן געשוואוירען איהם, אַז פריהער װעט זי שטאַרבּען איידער ער אוּן ער זאָל גאָרגישט קיין מורא האָבּען--זי װעט איהם אָבּראַטע: ווען פוּן טויט,
,בּינ-בּען" האָט זי אפילו אין ,טויטען:הויז" נישט בּעסער בּעהאַנדעלט, װי אויף דער פריי. װען זי פלעגט אין זיין געגעג: װאַרט שעלטען אוּן זידלען זיין געליעבּט קעבס:ווייבּ, צוּליעבּ װעל. כער עוי איז אַרײנגעפאַלען -- פלעגט ז' דער מאַן גוּט מכבּד זיין דוּרך די גראַטעס, אוּן די פרוי איז מיט אַ געשװאָלען אויג, װאָס דער מאַן האָט איחר געמאַכט, געלאָפּען פוּן ,סינג:סינג" צוּם גו, בּערנאַטאָר נאָך אַלבּאָני, צַוּ פאַלען צוּ זיינע פיס, אָבּצוּראַטעװען דעם מאַן פוּן טויט, .
די געטריישאַפט פוֹן דעם װײב צוּ איהר האַרצלאָזען מאַן, װאָס די צייטונגען האָבּען, פאַר סענסאַציע װעגען, נישט נאַר מיט, געטיילט, נאָר נאָך צוּטראָגען אין טעלערל